שיינעם שבע ברכות בשמחת בית טאהש צוגעשטעלט דורך ישיבות הקדושות דחסידי טאהש אין ניו יארק
מאנטאג פרשת וישלח • י''ג כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י שטיין
פארגאנגענעם מאנטאג ויצא ביינאכט איז פארגעקומען א גרויסארטיגע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך הנהלת ישיבה גדולה וישיבה קטנה טאהש אין ניו יארק, לכבוד השמחה במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, בנישואי נכדתו הכלה למזל טוב, די שבע ברכות איז פארגעקומען אין די זאלן פון המספיק אין שטאט קרית יואל.
צום באשטימטן צייט איז דער געהויבענער זיידע כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א ערשינען צום מעמד, און מען האט אויפגענומען דעם רבי'ן בשירה ובזמרה. צום ערשט האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' מענדל וואלף האלצער שליט"א מנהל ישיבה גדולה, און דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' מנחם מענדל סג"ל גאלדשטיין שליט"א מנהל ישיבה קטנה.
במשך די סעודה האט מען געהערט פאסיגע חרוזים דורך א תלמיד פון די ישיבה גדולה און באזונדער א תלמיד פון די ישיבה קטנה. און מען האט געהערט דברי בדחנות דורך הרב אורי האלבערשטאם שליט"א מחשובי הורי הישיבה.
במשכן סעודה האט מען געהאט דעם כבוד צו אנטפאנגען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועמען דער טאהשער רבי האט אויפגענומען בשמחה יתירה און שואל געווען בשלומו, נאכן טרינקען לחיים האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד, וואו עס איז געשאפן געווארן א מחול לצדיקים צווישן די צוויי רביים, און דער סאטמארער רבי איז באזונדער געטאנצן מיטן חתן און מחותנים, דערנאך האט דער רבי שליט''א ארויסבאגלייט דער סאטמארער רבי שליט"א ביותרת הכבוד.
מיט ברהמ"ז על הכוס איז מכובד געווארן הרב הגה"צ רבי שלמה יונגער שליט"א דומ''ץ טאהש קרית יואל ור"מ בישיבה גדולה. מיט די שבע ברכות זענען מכובד געווארן די מנהלי הישיבות, ראשי קהילה און הרה"ח ר' יואל אלחנן פאפלאנאש הי"ו משב"ק כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א און רוח החיים פון די ישיבות הקדושות.

































תגובות