top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות'דיגער מעמד "קביעת מזוזה" ביי נייע בניני המוסדות אין "קרית סקווירא" בעטעל

לפני שעה (1)
זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פרשת וישלח • י''ג כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: איצי מ. JDN

אן התרגשות'דיגע מעמד קביעת מזוזה איז די וואך מאנטאג אפגעהאלטן געווארן אין קרית סקווירא, בעטעל, וואו מ'האט קובע געווען די מזוזה אויף די שערים המצוינים פון די פראכטפולע בנינים וואס זענען אויפגעבויט געווארן פאר די מוסדות הק' אין די נייע קרי', וואו עס ווערן נתחנך די תשב"ר תלמידים ותלמידות, קינדער פון די תושבי הקרי'.


דער מעמד איז באשיינט געווארן מיט דאס השתתפות פון הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א און הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי שליט"א וואס זענען געקומען צו פארן בשליחות הקודש פון אביהם כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א קובע צו זיין די מזוזות אויף די נייע בנינים.


אנקומענדיג קיין קרית סקווירא, האט רבי יצחק שליט"א געדאווענט תפלת המנחה צוזאמען מיט די לומדים חשובים פונעם בארימטן כולל אברכים אין די קרי', און פון דארט איז מען אריבער צום נייעם בנין התלמוד תורה וואס איז אין די לעצטע וואכן געבויט געווארן קעגן איבער דעם פראכטפולער בנין הביהמ"ד.


מ'האט דארט געזאגט צוזאמען די ח"י קאפיטלעך תהלים, פארגעזאגט דורך הרה"צ שליט"א בני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, אינעם מיוחס'דיגן תהלים פון הגה"ק רבי שאול וואהל זצוק"ל וואס דער רבי שליט"א האט געשיקט צום מעמד.


מיט אמירת "יהי רצון" איז מכובד געווארן הרה"ג רבי יעקב זאבנער שליט"א דומ"ץ קרית סקווירא, און מיט "אמירת הקדיש" הרה"ח ר' מיכאל בוכינגער הי"ו נדבן פון א כתה אין דעם נייעם בנין.


נאך תפלת מעריב אין היכל הביהמ"ד, האבן האחים הרה"צ שליט"א קובע געווען די מזוזות מיט א ברכה אין די שטיבער פון הרה"ג דומ"ץ הקרי' שליט"א און הרבני הנכבד ר' מנחם יושע הערצל הי"ו, און פון דארט איז מען צוריק צום נייעם בנין, האחים הרה"צ שליט"א האבן קובע געווען די מזוזות אויף די שערי הבנין, ווען די מזוזות זענען געהאלטן געווארן דורך הרה"ח ר' גרשון פעלבערבוים הי"ו מנכ"ל ורוח החיים פון די קרי', און הר"ר מרדכי פנחס גאלדקלאנג שליט"א מנה"ר פון די תלמוד תורה.


נאך'ן קובע זיין די מזוזות איז אפגעהאלטן געווארן דער מסיבת לחיים אין עסזאל פונעם בנין, מיט דאס השתתפות פון די תושבי הקרי' און ילדי תשב"ר תלמידי התלמוד תורה וועלכע האבן געזינגען שיינע ניגונים, און איינער פון די קינדער האט ארויסגעברענגט די הרגשים בשם די תלמידים.


מ'האט געהערט שיינע דרשות פון הר"ר מרדכי פנחס גאלדקלאנג שליט"א מנה"ר און פון עסקן הדגול ר' יצחק יוסף אונגאר הי"ו. דערנאך האט הרה"צ רבי יצחק שליט"א משמיע געווען א שיינעם שמועס, ארויסברענגענדיג די שמחה וואס ס'איז מיטהאלטנדיג דעם בליה און וואוקס פון די קרי', וואו עס גייט שוין דער ביהמ"ד, א כולל לשם ולתפארת, און אצינד די נייע בנינים פון די תלמוד תורה און בית חינוך לבנות.


רבי יצחק שליט"א האט דערנאך פארטיילט לקח, און דער ציבור איז דורך וואונטשן לחיים.


נאך'ן קובע זיין די מזוזות ביים בנין בית חינוך לבנות, איז דער מעמד פארענדיגט געווארן, איבערלאזנדיג הויפנס מיט חיזוק פאר די תושבי הקריה.



תגובות


bottom of page