top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד "מסורתינו" ברענגט צונויף אריבער 400 אברכים צעירים חסידי סאטמאר בארא פארק לשמוע את דבר ה'

לפני יום אחד (1)
זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פרשת וישלח • י''ג כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

א מחזה הוד האט זיך געשאפן פארלאפענע וואך אין בארא פארק, ביים מעמד "מסורתינו" וואס האט צונויפגעברענגט די אריבער 400 אברכים צעירים חסידי סאטמאר פון פינף יאר נאך די חתונה און אראפ, ביי וועלכן די אברכים חשובים האבן געהערט די וויכטיגע דרשות פון וואס דער הויכפונקט איז געווען, די יסודות'דיגע דרשה פון הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר-וויליאמסבורג שליט"א, מיט קלארע דברי הדרכה וואס איז נוגע פאר יעדן אינגערמאן באזונדער.


דער מעמד וועלכע איז פאררופן געווארן מיטן ציל, איבערצו'חזר'ן די יסודות וואס עס פאדערט זיך פון א סאטמארער אינגערמאן, לויט די דרכים וואס מ'האט מקבל געווען פון די צדיקי עצי התמרים, איז אפגעהאלטן געווארן אין די זאלן פון "כרם מנחם" און דער אויבנאן איז געווען באשיינט מיט דאס השתתפות פון די רבנים הגאונים שליט"א, רבני ודייני הקהלה שליט"א ובראשם כ"ק הגה"צ גאב"ד סאטמאר-בארא פארק שליט"א.


דער יושב ראש המעמד איז געווען הרה"ג רבי מנחם מענדל אייכנשטיין שליט"א מרביץ תורה בכתה מכינה לישיבה דסאטמאר-בארא פארק, און א שטארקער רושם האט געמאכט די דרשה וואס עס האט משמיע געווען הגה"צ רבי אברהם מאיר הלברשטאם שליט"א דומ"ץ סאטמאר 18-טע עוו. וועלכער האט ארומגערעדט א שלל מיט יסודות'דיגע הדרכות וואס האט שטארק עושה רושם געווען, און אינצווישן האט מען געהערט דעם קורצן אויפטריט פון הרבני הנכבד ר' אהרן וועלץ הי"ו מנהל המוסדות.


דער הויכפונקט פון דעם מעמד איז געווען די דרשה נלהבה וואס עס האט משמיע געווען הגה"צ אבדק"ק ור"מ סאטמאר-וויליאמסבורג שליט"א, וועלכער במשך א שטונדע צייט אנגעווארעמט די הערצער מיט די יסודות וואס עס פאדערט זיך פון א סאטמארער חסיד, אלעס צולייגט מיט א בהירות נפלאה.


צווישן אנדערן האט דער רב שליט"א ארומגערעדט איבער דעם חיוב וואס עס ליגט אויף א סאטמארער אינגערמאן, אנצופרעגן שאלות דייקא ביי די סאטמארער מורי הוראות, און איבער דעם חיוב פון זיך פירן מיט א געהויבענע הנהגה וואס דארף זיך דערקענען אויף טריט און שריט.


בין הדברים האט דער רב שליט"א ארומגערעדט פון דעם וואס מען וואוינט אין אזא גרויסע שטאט ווי בארא פארק, רבתי בדעות מיט אידן פון אלע סארט קרייזן, און מען דארף האלטן פאר די אויגן אז א "סאטמארער אינגערמאן" דארף זיין אנדערש, זיך נישט אפצולערנען פון אנדערע ח"ו מקיל צו זיין אין סיי וועלכן ענין, ובפרט בעניני השקפות ודעות, און אזוי אין סיי וועלכן ענין ווי דער לבוש אין עזרת נשים און נאך, ביי וועלכן מ'דארף זיך האלטן צו די מסורה אן קיין אפנויג.


אזוי האט דער רב שליט"א מאריך געווען מיט לענגערע יסודות והדרכות וואס האט איבערגעלאזט א רושם אדיר אויף די חשוב'ע אברכים צעירים וואס האבן מיט דורשט געשלונגען די טייערע פנינים יקרים וואס האט זיך געגאסן מפום ממלל רברבן במשך די גאנצע צייט, און זיך מקבל געווען זיך צו פירן מיט די הנהגות ישרות.



תגובות


bottom of page