top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רייכע שבע ברכות בשמחת בית לעלוב געווידמעט פאר נגידי ותומכי מוסדות לעלוב אין אמעריקא

לפני שעה (1)
זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פרשת וישלח • י''ג כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

אן עלעגאנטע שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן לרגל די חתונה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א פון אמעריקע, ספעציעל געאייגענט פאר די תומכי מוסדות לעלוב אין אמעריקע. די שבע ברכות איז צוגעשטעלט געווארן אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' שלמה גאלדשטיין, מעמודי התווך פון די לעלובער תלמוד תורה קדושת משה מרדכי, און איז באקרוינט געווארן מיט דער פערזענליכער השתתפות פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, דער נשיא המוסדות, וועלכער האט באשיינט בראש המסובים צווישן די געלאדנטע געסט און נדיבי עם קודש.


במשך די שמחה האט דער משמח אלקים ואנשים ר' נחמן ליווי מהנה געווען מיט דברי בדחנות לכבוד שמחת חתן וכלה, און דערנאך האט אויפגעטרעטן די תורה שרייבער אינעם לעלובער הויף, הרה"ג ר' יענקל פעלדמאן שליט"א.


שפעטער האט דער רבי איבערגעגעבן דברי ברכה פאר אלע תומכים ונכבדים לכבוד השמחה במעונו, און מאציל געווען מברכותיו הטהורות פאר אלע משתתפים. דערנאך האט דער רבי געבענטשט די קריגלעך שמן זית וואס זענען פארטיילט געווארן פאר די תומכים לכבוד יום טוב חנוכה.


נאכן מסיבת שבע ברכות איז דער רבי אריין אין ספרים שטוב, אינאיינעם מיטן בעל האכסניא ר' שלמה גאלדשטיין ובני משפחתו, וואו דער רבי האט פארברענגט און אנגעוואונטשן ר' שלמה און זיינע קינדער, און דערנאך איבערגעגעבן שמן זית.



תגובות


bottom of page