לבן של ישראל: האד' מוויזניץ גייט מארגן אריבער מעדיצינישע באהאנדלונג אויפן הארץ
מאנטאג פ' האזינו • ג' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

אידישע קינדער וועלן מארגן דינסטאג מרבה זיין בתפילה למען בריאותו השלימה פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער גייט אריבער א מעדיצינישע באהאנדלונג אויפן הארץ, נאך וואס די דאקטוירים האבן געראטן דורכצופירן א סטענד צו פארבעסערן דעם רבינ'ס מצב הבריאות.
פארלאפענעם וואך איז דער רבי שליט"א אומגעפאלן בביתו נאווה קודש אין מושב אורה, און נאכן אריבערגיין א גרונטליכע אונטערזוכונג האבן די פראפעסארן אין שפיטאל פעסטגעשטעלט אז מען דארף דורכפירן א סטענד פראצעדור, אז די הארץ זאל קענען ווייטער פונקציאנירן אן קיין מיחושים א.ד.ג.
די פראצעדור איז באשטימט אויף מארגן דינסטאג 8:30 אינדערפרי אין די הדסה שפיטאל אין ירושלים. חסידי וויזניץ וועלן זיך צוזאמקומען אויף מניני תהילים אין די בתי מדרשים און ביי די מקומות הקדושים, דער כותל המערבי, אתרא קדישא מירון אין ביים אהל הק' פון אדמור"י בית וויזניץ.
אידישע קינדער זענען מתפלל אז אלעס זאל דורכגיין כשורה און דער רבי שליט"א מרן ישראל בן לאה אסתר זאל האבן א גאנצע רפואה בבריות גופא ונהורא מעליא, עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים יהיו.





תגובות