top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנטער וויזניצער חסידים איבערגענומען מיט רגשי שמחה און הודאה נאך געהויבענעם ראש השנה בצל האד' מוויזניץ

לפני 8 שעות
זמן קריאה 5 דקות

עודכן: לפני 4 שעות

מאנטאג פ' האזינו • ג' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

חסידי וויזניץ קענען נישט צו זיך קומען נאך אזא דערהויבענע יום טוב ראש השנה וואס איז אריבער העכער אלע ערווארטונגען, בצל הקודש פון רבם ומאורם מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, ווען מען האט געהאט די זכי' מיטצולעבן דעם רבינס עבודת הקודש, דורכאויס ביידע טעג יום טוב מבואו ועד צאתו.

דער יום טוב איז אריבער מיט געמישטע געפילן, ווען פון איין זייט איז געווען קענטיג די חולשה אויפן רבי'נס געזונט צושטאנד, זעענדיג ווי דער רבי שטרענגט זיך אן למעלה מכוחותיו, און פון די אנדערע זייט האט זיך ארויסגעשריגן דעם עד הנה עזרונו רחמיך, מיט א בליק אויף צוריק, נאך די לעצטערע חדשים ווען דעם רבינס מצב האט זיך ליידער נישט פארבעסערט, און מען האט כסדר געדאווענט און איינגעריסן רחמי שמים.

טראץ די גרויסע חולשה, האט דער רבי שליט"א ארויסגעוויזן א געוואלדיג מסירות נפש, אפצורעכטן זיין עבודה נשגבה כבשנים קדמוניות און אנצינדן די הערצער פון די טויזנטער חסידים.

מאסן געסט זענען געקומען צופארן מארבע פינות העולם, אין די שעה'ן פון ערב יום טוב, זענען די הונדערטער געסט פון אויסלאנד אריין אל הקודש פנימה מיט קוויטלעך, זיך וואונטשן צום נייעם יאר.

צוליב דעם ריזן ציבור חסידים וואס האבן באלאגערט דעם היכל בית המדרש הגדול, האט די הנהלת בית המדרש אריינגעלייגט אומגעהויערע כוחות צו אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור. מ'האט צוגעבויט ספעציעלע געלאריעס רינגס ארום דעם בית המדרש, אריינגערעכנט צוויי נייע גאלעריען אויף די מערב-ווינקלען מיט הונדערטער זיץ פלעצער, צו דעם אלעם איז דאס ביהמ"ד געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה, אין א בחינה פון עומדים צפופים ומשתחווים רווחים.


גלייכצייטיג האבן די עסקנים פון "איגוד מוסדות וויזניץ" צוגעשטעלט א מאסיווע הכנסת אורחים אפאראט. פילע בנינים זענען איינגערישט געווארן אלס אכסניות, און עס זענען צוגעשטעלט געווארן כיד המלך ברייטע סעודות יום טוב פאר די טויזנטער אורחים. ווי אויך איז צוגעשטעלט געווארן ספעציעלע קאר'ס צו טראנספארטירן די רענצלעך און חפצים פון די באס-סטאנציעס גלייך צו די אכסניות, צו פארגרינגערן פאר די חשובע געסט.

בכניסת ליל ראש השנה איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין היכל בית המדרש הגדול צו תפלת מנחה, דער רבי איז געזעצן פניו כלפי העם און מיט איבערגענומענע הרגשים אויסגעשריגן  'הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו', בעת ווען דער עולם ווישט זיך די טרערן פון התרגשות און הודאה, צום עמוד איז צוגעגאנגען דעם רבינס איידעם הרה"צ רבי מנחם מענדיל האגער שליט"א.   

דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו מעריב, און נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א אנגעוואונטשן דעם פילקעפיגער ציבור בברכת לשנה טובה מיט א קול געשטיקט פון טרערן, וענו כל העם לשנה טובה.

נאכן דאווענען האט דער רבי אפגעראכטן דעם טיש לכבוד שבת ויום טוב, וואו דער רבי האט געמאכט קידוש אויפן בעכער פונעם זיידן דער אמרי חיים זי"ע, מאוצרו הטוב פון גיסו הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א. במשך דעם טיש האט דער רבי שטארק מרחיב געווען בדברי אמונה ובטחון, אריינבלאזנדיג חיזוק זיך נישט מייאש צו זיין אפילו אין די שווערסטע מצבים, און צו געדענקען פונעם אויבערשטן פיר און צוואנציג שעה א מעת לעת. מען האט געזונגען די ניגוני שבת וראש השנה מיט גרויס התעוררות. נאכן טיש האבן דעם רבינס קינדער, הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א און הגה"צ אבד"ק וויזניץ אלעד שליט"א, יעדער באזונדער, אויפגענומען דעם ציבור אויף ברכת לשנה טובה.

בצפרא דשבתא דעם ערשטן טאג ראש השנה איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד ארום 8:00 אזייגער, און פארגעזאגט אדון עולם און די ברכות בקול רם. צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הגה"צ רבי ברוך שטערנבוך שליט"א אבד"ק וויזניץ בראכפעלד, און דערנאך האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן המלך. צום הויעכן שמונה עשרה איז צוגעגאנגען הגה"צ רבי מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת וויזניץ. ביי חזרת הש"ץ פון שחרית ביידע טעג איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי, וואו עס איז פארגעקומען א מנין מצומצם פון קריאת התורה און דער רבי האט עולה געווען לתורה.

נאך א לענגערע הפסקה איז דער רבי שליט"א צוריק ערשינען אינעם היכל בית המדרש הגדול צו תפלת המוספין, און געדאווענט פארן עמוד מיט השתפכות הנפש, דער רבי האט זיך ספעציעל אנגעשטרענגט ביי מלכיות זכרונות ושופרות כדי דער גאנצער עולם זאל קענען הערן די הייליגע תפילות.

פאר עלינו האבן די גבאים  אנגעמערקט א שטארקע חולשה אויפן רבי'ן, און מען האט תיכף ארומגענומען דעם רבי'ן מיט מחיצות וואס מען האט געהאט אנגעגרייט פאר יום טוב. נאך בערך א האלבע שעה וואס דער רבי האט זיך אפגערוהט און צוריקגעקומען צו די כוחות האט מען צונומען די מחיצות, און די קאפעליע איז ארויף פארזינגען דעם נייעם מארש וואס איז פארפאסט געווארן לכבוד ראש השנה דורך דעם בעל מנגן ר' יעקב יהודה דאסקאל הי"ו. 

ביידע טעג ווען מען האט געזינגען אין קצבה, האט זיך דער רבי אויסגעדרייט צום עולם און האט געווען מעודד די ניגונים בשירה וזמרה. באזונדער האט דער רבי מכבד געווען די בני משפחת המלוכה צו פארזאגן טייל פון די פיוטים, צווישן זיי נכדו הגדול הרב ליפא האגער שליט"א וועלכער גיט זיך אוועק בלב ונפש פאר דעם רבינ'ס געזונט, און הרב ישראל האגער שליט"א בן האדמו"ר מויזניץ בארא פארק, מען האט פארענדיגט דאס דאווענען ארום 4:15. דער רבי איז אריין אין צימער דאווענען מנחה, בשעת אינעם היכל הגדול האט געדאוונט פארן עמוד הגה"צ רבי חיים מאיר ארנסטר שליט"א אבד"ק וויזניץ מאנטשעסטער.

מיטל נאכט, א שעה פאר מעריב, האבן זיך די טויזנטער חסידים צוזאמגענומען צו די שיעורי תורה ברבים כתקנת הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א. שפעטער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפלת מעריב, און געדאוונט פארן עמוד, טראץ וואס דער רבי האט אין די פארגאנגענע יארן נישט פארגעדאווענט דעם תפילה. מיט אמירת לדוד מזמור האט דער רבי מכבד געווען די שוואגער די ראש ישיבה שליט"א.

נאכן דאווענען האט דער רבי געוואנטשן גוט יום טוב, און תיכף געמאכט קידוש אנגעטון כנהוג מיט א נייעם ווייסן קאפטן, אויף וועלכן דער רבי האט מכוון געווען ביי די ברכת שהחיינו. שפעטער איז דער רבי ערשינען צום טיש פאר אן ערך פון א שעה צייט.

דעם צווייטן טאג ראש השנה איז דער רבי, כמעשהו בראשונה, ערשינען אין ביהמ"ד און פארגעזאגט אדון עולם און די ברכות, וואס איז געהערט געווארן אינעם גאנצן ביהמ"ד בקול שאגת ארי. צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הגה"צ אבד"ק וויזניץ אלעד שליט"א, און דערנאך האט דער רבי פארגעדאוונט המלך. צו הויכע שמונה עשרה איז צוגעגאנגען הגה"צ אבד"ק קרית וויזניץ שליט"א.

אום 2:00 אזייגער איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו תקיעת שופר. דער רבי האט פארגעזאגט איין מאל למנצח בקול רם, אנדערש ווי דער מנהג הקבוע. איידער די ברכות האט דער גבאי הרה"ח ר' אייזיק וויזניצער הי"ו אויסגערופן אז ווער עס וועט נישט קענען גוט הערן די ברכות, סיי ביי די מענער און סיי ביי די נשים, זאל אליין מאכן די ברכה פאר זיך, הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א האט געדינט אלס בעל תוקע און דער רבי שליט"א אלס בעל מקריא. למעשה האט מען גוט געהערט די ברכות, און ספעציעל קולו בקודש ביים אויסרופן די סדר התקיעות בקול רעש גדול, הולך למרחוק.

דערנאך איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען צו מוסף. נאך מוסף האט זיך דער רבי אויסגעדרייט צום ציבור און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, ווען דער רבי איז מעודד די ניגונים באש להבה. צו מנחה אין ביהמ"ד איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' אהרן אליהו פעלדמאן שליט"א און מען האט פארענדיגט אום פינעף אזייגער נאכמיטאג.

דער גולת הכותרת פונעם גאנצן יום טוב איז געווען בעת נעילת היום, ווען דער רבי האט אפגעראכטן דעם טיש מיט גרויס התלהבות און ארומגעקאכט ביי די ניגוני הודאה ואמונה, הייבנדיג דעם ציבור האלפים צו די הויכע ספערן. בפרט ביים זינגען דעם ניגון 'יש בורא עולם' וואס האט ווי עלעקטריזירט דעם גאנצן ביהמ"ד, ווען דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט מסירות נפש ממש. בין גברא לגברא צווישן די ניגונים האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברות קודש און שטארק אריינגעבאקן דיבורי אמונה ובטחון אינעם פילקעפיגער ציבור.

ביים טיש האט זיך אנגעזען דעם רבינס שוואגער הגה"צ רבי יעקב מרדכי טווערסקי שליט"א אבד"ק טשערנאביל אלעד. נאך ברכת המזון על הכוס זענען אלע הונדערטער געסט פון חוץ לארץ דורכגעגאנגען זיך געזעגענען איידערן אהיימפארן למקומות מושבותיהם. נאך תפלת מעריב האט דער רבי געזאגט קדיש לרגל די יארצייט פון די באבע די רעבעצין מחברתו הטהורה פונעם צמח צדיק זי"ע וואס פאלט אויס צום גדליה.

נאך הבדלה אינעם בית המדרש האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן מיט א ניגון שמחה, ווען דער רבי וואנטשט אן דעם גאנצן ציבור מען זאל האבן געפוילט אלעס גוטס און אלע תפילות זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון.




תגובות


bottom of page