ונשמע קולו: אלפי חסידי וויזניץ מיטגעהאלטן סליחות ראשונות בצל מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפו"ש
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' האזינו • כ"ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
טויזנטער חסידי וויזניץ האבן נעכטן מוצאי שבת זיך פארזאמלט תחת קורת גג אחד אין ביהמ"ד הגדול בית וויזניץ צו די סליחות ראשונות אין שפיץ פונעם מנהיג העדה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. דאס התעוררות אין ביהמ"ד איז געווען אין לתאר בשעת די אמירת סליחות פונעם רבי'ן שליט"א ונשמע קולו בבואו אל הקודש, מיט א געוואלדיגן התעוררות.
היי יאר האט מען צוריק גערוקט די זמן פון אמירת סליחות צו 11:30 אנשטאט נאך חצות ווי דער מנהג, צוליב די שוואכקייט ביים רבי'ן. מוצאי שבת איז דער רבי אריינגעקומען קיין קרית וויזניץ פון מושב אורה, און זיך אויפגעהאלטן בחדרו הפרטי אין ביהמ"ד זיך גרייטנדיג צו די סליחות בדחילו ורחימו.
בעפאר אמירת סליחות האט מען געהערט רירנדע דברי התעוררות דורך דעם רבינס זון הגה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א אבד"ק קרית וויזניץ, וועלכער האט מעורר געווען די טויזנטער חסידים איבער די חובת השעה אין די טעג צו מרבה זיין בתפילה ובתחנונים פאר'ן געזונט פונעם געטרייען רועה נאמן דער רבי שליט"א, וועלכער גייט שוין דורך שווערע מעדיצינישע באהאנדלונג א לענגערע תקופה פון צוויי יאר.
דער רב שליט"א האט אונטערגעשטראכן אז מען זעט בחוש די כח פון תפילות ישראל מיט די כסדר'דיגע עליות און ירידות אינעם רבינס מצב און עקסטער די גרויסע חסדים און השגחה פרטית פונעם אויבערשטן, אבער פון די אנדערע זייט איז אבער נאך דא אויף וואס צו מתפלל זיין.
ער האט אויך געשילדערט דעם גרויסן מדת הביטחון פונעם טאטן דער רבי שליט"א, אז ער האט זיך קיינמאל נישט פארנומען צו וויסן צי א באהאנדלונג האט "געארבעט", נאר געטון די השתדלות וואס די דאקטוירים האבן געהאלטן פאר נויטיג און איבערגעלאזט אלעס אין די הענט פונעם אויבערשטן.
צום סוף האט דער רב מעורר געווען אז דער רבי שליט"א גייט דורך די אלע שווערע נסיונות פאר אונזער וועגן, והוא מחולל מפשעינו, און דערפאר ליגט אויף אונז א פליכט תשובה צו טון און צוזאמען בעטן ביים בורא רפואות ער זאל אונז צוריקגעבן אונזער טאטן, אונזער רבי'ן מיט פרישע און געזונטע כוחות.
נאך זיין דרשה האט דער גבאי הרב שאול גרינבערגער שליט"א אויסגערופן די יערליכע אפיעל לטובת דעם מגבית תשרי דורך דעם קופת הקהל "להחיזקם ולהחיותם". דערויף האט זיך דער רבי שליט"א מתעטף געועהן אין די ירושה טלית פון זקינו הרה"ק בעל "אמרי חיים" מוויזניץ זי"ע.
די התרגשות ביים ציבור האלפים איז געווען גרויס הערנדיג קולו בקודש פונעם רבי'ן ביים אנהייבן אשרי יושבי ביתך ממעמקי לבו הטהור, דער רבי שליט"א האט פארגעדאווענט אין א מייק און זיין שטימע האט זיך גוט געהערט אינעם גאנצן ארום, ביים זיך מתחנן זיין לפני מלך מלכי המלכים, ווי דער בית מדרש איז פאר גאנצע שעה געווען א חטיבה אחת פון התרוממות והתעלות.
נאך אמירת סליחות האט זיך דער רבי שליט"א אויסגעדרייט צום עולם און אנגעהויבן עטליכע ניגונים פון יום טוב ראש השנה וואס האט אריינגעצויגן די טויזנטער חסידים אין א ימים נוראים'דיגע אטמאספערע, ותהי המקום לחרדת אלוקים, ווען דער רבי שליט"א טוט מעודד זיין די ניגונים באנפין נהירין.
איידערן פארלאזן דאס ביהמ"ד האט דער רבי אנגעוואונטשן דעם פילקעפיגער ציבור א גוטע וואך, און א גוט געבענטשט יאר.
דער רבי האט איבערגענעכטיגט אין קרית וויזניץ בני ברק וואו ער האט היינט מיטגעהאלטן די שמחת הברית פון אן אור אייניקל, אן אייניקל ביי חתנו הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט"א, און האט שפעטער דורכן טאג אויפגענומען די זקני החסידים און נכבדי העדה מיט קוויטלעך לברך ולהתברך בברכת השנים.




























תגובות