רירנדע שמחת החאלאקע פון הילד ישראל דן טאוב ע"ה אייניקל פון האד' ממודזיץ געציילטע חדשים בעפאר זיין פריצייטיגע פטירה
מאנטאג פרשת חי' שרה • כ''ב חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

ווי ברייט באריכטעט, איז דעם ערב שבת נפטר געווארן בנן של קדושים, הילד ישראל דן טויב ז"ל, אייניקל פון האדמו"רים ממודזיץ און לעלוב ירושלים, וועלכער האט ליידער זיך געמוטשעט מיט די ביטערע מחלה ה"י.
קורצליך נאכדעם וואס דאס קינד איז דיאגנאזירט געווארן מיט די מחלה ה"י, איז אפגעראכטן געווארן זיין חאלאקע אין שפיטאל הדסה עין כרם, בהשתתפות פון זיינע זיידעס, האדמו"רים ממודזיץ און לעלוב. די שמחה איז געווען א גאר רירנדע איבערלעבעניש, און דער ווייטאגליכער סצענע, וואו דאס קינד איז ליידער באהאפטן צו מאשינען, ביים פייערן זיין חאלאקע, האט נישט איבערגעלאזט קיין טרוקן אויג ביי די פארזאמלטע.
אצינד, נאך זיין פריצייטיגן פטירה, ווערן פארעפנטליכט די בילדער פון יענעם שמחת החאלאקע, וואס איז אפגעראכטן געווארן דעם זומער אין שפיטאל.




















תגובות