אלפי תושבי לאנדאן געבן אפ כבוד התורה ביי מעמד אדיר "קבלת פני רבותינו" ברחובה של עיר
מאנטאג פרשת חי' שרה • כ''ב חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

מה נהדר היה המראה, וואויל זענען די אויגן וואס האבן זוכה געווען לראות את פני רבותינו שבארץ ישראל, ביים מעמד קבלת פנים רבתי וואס איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן ברחובה של עיר לאנדאן, ווען טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן זענען ארויסגעקומען מקבל פנים זיין די גדולי ומאורי הדור וועלכע האבן ווידעראמאל גענומען דעם וואנדער שטעקן, און זיך ארויסגעלאזט אויף א פרישע נסיעה, מחזק צו זיין די קרן עולם התורה וואס שטעלט צו פינאנציעלע שטיצע פאר די ישיבות און כוללים בארץ הקודש.
דער היסטארישער מעמד "קבלת פני רבותינו" איז פארגעקומען אויף די פרינסעס פארק גאס אין די גאלדערס גרין געגענט וואו עס זענען געשטאנען פארזאמלט שווערע טויזנטער אידן זקנים עם נערים.
קורצע דברי פתיחה איז געהערט געווארן דורך הגאון רבי יוסף וויינבערג שליט"א רב דקהל תפארת ישראל לאנדאן וועלכער האט מיט טרעפליכע דיבורים ארויסגעברענגט די זכי' וואס איז געפאלן בחלקם פון תושבי לאנדאן מיטן ערשיינונג פון די סאמע גרעסטע גדולי ומנהיגי הדור.בחרדת קודש האט מען דאן מקבל פנים געווען די גדולי מנהיגי עולם התורה, וועלכע זענען פייערליך ענטפאנגען געווארן דורכ'ן ציבור האלפים. די גדולי ישראל האבן דורכגעשפאנט דעם ריזיגן ציבור, ווען פון ביידע זייטן פון די גאס האבן טויזנטער אידן זיך געשטופט צו באגריסן די אדירי התורה, ואף הם עונים כנגד המברכים בצהלת פנים. צוערשט האט אויפגעטרעטן הגאון רבי חיים מרדכי אוזבאנד שליט"א מראשי ישיבת עטרת שלמה, וועלכער האט מיט זיין פייערדיגן שפראך ארומגערעט איבער דעם קריטישן מיסיע פארן קרן עולם התורה.
דאן האט מען זוכה געווען צו הערן די דברי אלקים חיים פונעם רבן של ישראל ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, אויף אידיש, ארומקאכנדיג באש להבה איבער די שרעקליכע גזירה וואס הויערט אויף בני ארץ ישראל וואס לערנען תורה מתוך הדחק, יעדער מוז העלפן מיט מסירת נפש, און בזכות דעם וועט דער גזר דין בטל ווערן, און נהפך ווערן לטובה.
דערנאך האט מען געהערט דעם דבר ה' ברמה דורכן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א איבער די נחיצות פון יעדן יחיד צו נעמען א חלק אין די קרן עולם התורה מיסיע, און מחזק געווען די לומדי תורה ותומכי'. בתוך דבריו האט דער ראש הישיבה געשילדערט דעם שווערן מצב אין ארץ ישראל און דערמאנט די שרעקליכע פאסירונג וואס האט זיך אפגעשפילט נעכטן זונטאג מיט די רשעות'דיגע ארעסט פון א חתן אינמיטן די שבע ברכות.
בקול אדיר וחזק האט מען געזאגט קבלת עול מלכות שמים פארגעזאגט דורך המקובל הגאון רבי שמעון גלאי שליט"א נאכגעפאלגט מיט א מי שברך לכל הקהל הקודש דורך הגאון רבי יעקב משה הלל שליט''א ראש ישיבת המקובלים אהבת שלום ומגדולי חכמי ספרד, און צום לעצט די ברכת כהן דורך הגאון הגדול רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון. דערמיט איז דער מעמד געשלאסן געווארן מיט גאר פייערליכע ריקודין לכבוד התורה.



























תגובות