top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הנהלה וראשי מערכת הכשרות פון די OU ארגאניזאציע באזוכן ביי האד' מסאטמאר

לפני 4 שעות
זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פרשת חי' שרה • כ''ב חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

פארגאנגענעם וואך בעת די זמני כניסה ביי כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א זענען אריינגעקומען צום רבי'ן, די הנהלה וראשי מערכת הכשרות פון די OU ארגאניזאציע, די וועלטס גרעסטע השגחה , מקבל צו זיין ברכת קדשו צום התמנות פון הרב משה עלעפאנט שליט''א אלס רב הראשי פונעם ארגאניזאציע, איבערנעמענדיג דעם אמט פון הרב מנחם גענאק שליט"א וואס האט צענדליגער יארן געדינט דעם פאזיציע.


דער רבי שליט''א האט א לענגערע וויילע זיך נאכגעפרעגט איבער די פעולות פון OU וועלכע גיט השגחה אין איבער 16 טויזענט פארבריקן צופשרייט אין 108 מדינות איבער די וועלט, ווי אויך זייער עבודת הקודש אין פארשידענע מקצועות ווי סת"ם, מזוזות, שעטנז, שמות, עירובין און מקוואות.


דער רבי האט דערביי שטארק מחזק געווען די עסקנים מיט זייער הייליגע ארבעט צו פארזיכערן אז די כשרות איז אויפן העכסטן סטאנדארט, און במיוחד האט דער רבי שליט"א אנגעוואונטשן הרב משה עלעפאנט וואס ידיו רב לו אין די פעלד פון כשרות, ער זאל זעהן הצלחה און סייעתא דשמיא בכל מעשה ידיו.



תגובות


bottom of page