top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נאמען "שמחה" צוגעגעבן פאר האד' מצאנז בארא פארק אלס סגולה לרפואה

  • לפני 5 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' כי תבא • י"א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש


אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם זענען ווייטער מתפלל און מעורר רחמי שמים לרפואת כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א פון בארא פארק, וועמענס מצב האט זיך דראסטיש פארערגערט און דער רבי איז אנגעוויזן אויף אסאך תפילות ישראל.

דער רבי שליט"א, וועלכע ספראוועט זיך שוין א תקופה מיט די ביטערע מחלה ל"ע, האט זיך געפונען אין זיין שטוב אין בארא פארק ווי באריכטעט, וואו די דאקטוירים האבן צוגעשטעלט די נויטיגע באהאנדלונגען און אנווייזונגען צו קענען באהאנדען דעם רבי'ן אינדערהיים, אונטער מעדיצינישע אויפזיכט.

ליידער איז אבער דער מצב געווארן ערגער אין לויף פון די נאכט און מען איז געווען געצווינגען צו נעמען דעם רבי'ן אין שפיטאל וואו ער איז געווארן ארויפגעלייגט אויף א רעספערעיטאר, און דעריבער איז היינט באשלאסן געווארן מוסיף צו זיין דעם נאמען "שמחה" פארן רבי'ן, אלס סגולה לרפואה ואריכות ימים מיטן אויבערשטנס הילף.


דאס קומט נאך וואס דעם רבינס קינדער האבן זיך דורכגעשמועסט מיט די גדולי וצדיקי הדור כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א און הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א וועלכע האבן געראטן מוסיף צו זיין דעם נאמען שמחה, אלס סגולה לרפואה שלימה.

אידישע קינדער זענען מרבה בתפילה פאר דעם גרויסן עמוד החסד מרן שמחה ברוך בן מלכה לרפואה שלימה, וואס רבים צריכים לו, דער רבי זאל זיך ערהוילן בקרוב, און ווייטער קענען אנגיין מיט זיין לאנגיעריגע עבודת הקודש פון הכנסת אורחים פון וואס טויזנטער אידן האבן שוין נהנה געווען במשך השנים. והן אל כביר לא ימאס תפילת רבים


תגובות


bottom of page