top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

השתדלו והרבו תחינה: מצב ביי האד' מבית שמואל צבי דספינקא ווידער פארערגערט

  • 27 ביולי
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 28 ביולי

מאנטאג פ' עקב • י"ג אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים לרפואת כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי דספינקא שליט"א, וועמענס מצב הבריאות האט זיך ווידער פארערגערט, נאך איבער א יאר צייט וואס דער רבי ווערט באהאנדלט מיט די ביטערע מחלה ה"י.


דער רבי שליט"א איז דעם פרייטאג ערב שבת אהיימגעקומען פון שפיטאל, וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן עטליכע טעג אויף באהאנדלונגען אין ליכט פון פרישע קאמפליקאציעס, וואס האט שטארק פארערגערט די מצב, און איז נאך אלס גאר אפגעשוואכט אלס תוצאה פון די מעדיצינישע באהאנדלונגען.


אידישע קינדער זענען מתפלל לרפואתו השלימה והמהירה, מרן יוסף מאיר בן בלומא שרה, בתוך שאר חולי ישראל, והן קל כביר לא ימאס תפילת הרבים.

תגובות


bottom of page