top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מקרעטשניף וועט ארויספארן קיין ניו יארק צו מבקר חולה זיין חתנו האד' מבית שמואל צבי דספינקא לרפו"ש

  • לפני 53 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' שופטים • כ''ו אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

היינט מאנטאג נאכמיטאג וועט זיך כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א ארויסלאזן קיין ניו יארק צו מבקר חולה זיין ביי חתנו חביבו כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ד'ספינקא שליט"א לרפואה שלימה.


דער ספינקער רבי שליט"א, וועלכער איז ליידער דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה ל"ע מיט איבער א יאר צוריק, איז דעם פרייטאג ערב שבת אריינגעפירט געווארן אין איילעניש צו די מאונט סיני שפיטאל אין מאנהעטן, נאך וואס דער מצב האט זיך דראסטיש פארערגערט ווען עס זענען אונטערגעקומען פרישע קאמפליקאציעס, אריינגערעכנט א שווערע לונגען אנצינדונג, וואס האט געצווינגען די דאקטוירים אין שפיטאל צו פארשלאפן דעם רבי'ן אויף לעת עתה.


דעריבער האט דער קרעטשניפער רבי שליט"א באשלאסן אונטערצונעמען די טרחה יתירה און ארויספארן קיין אמעריקע מבקר חולה צו זיין זיין חשוב'ן איידעם, און דערצו מחזק זיין די בני המשפחה אין די שווערע צייט, כאטש וואס דער רבי זעלבסט איז היבש אפגעשוואכט די לעצטע תקופה און פארט זעלטן ארויס פון ארץ ישראל.


די גענויע פלענער פון דעם רבי'נס באזוך איז נאכנישט באקאנט, ווי ס'זעט אויס וועט דער רבי פארברענגען אין ניו יארק א תקופה פון בערך צוויי וואכן ביז אינמיטן חודש אלול.


אין דער זעלבער צייט טוען אידישע קינדער ווייטער איינרייסן וועלטן לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א, מרן יוסף מאיר בן בלומא שרה, ובמיוחד וועט מען אויסנוצן דעם היינטיגן טאג ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי הערשעלע מספינקא זי"ע, וואס געפאלט אויס היינט כ"ז אב, אויסצובעטן א ישועה פאר'ן רבי'ן שליט"א, וואס איז געווען אזוי חביב ביים זיידן דער בעל הילולא כידוע, שיתחדש כנשר נעוריו, און קענען נאך לאנגע געזונטע יארן אנפירן די עדה הקדושה בבריות גופא ונהורא מעליא.

תגובות


bottom of page