top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנטער וויזניצער חסידים האבן אויסגעגאסן דאס הארץ ביים כותל המערבי לרפואת האד' מוויזניץ

  • לפני שעה (1)
  • זמן קריאה 3 דקות

זונטאג פ' דברים • כ''ז תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש


אלפי חסידי וויזניץ, האבן פאריגן ליל שישי איבערגעפולט דעם רחבת הכותל המערבי ביים ערשטמאליגן און געהויבענעם מעמד תפילה וזעקה. טויזנטער חסידים, אנשים נשים וטף פון אלע עקן ארץ ישראל, האבן אפגעשטעלט זייער סדר היום און געשטראמט צום שריד בית מקדשנו, במקום שלא זזה ממנו שכינה, איינצורייסן רחמי שמים מרובים לרפואתו השלימה והמהירה פונעם רעיא מהימנא קדישא, מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, רבי ישראל בן לאה אסתר, וועלכער געפינט זיך שוין קרוב צו צוויי יאר אין א שווערן געזונט-צושטאנד.

דער מעמד איז פארגעקומען געווארן אויף א מאסיוון פארנעם, ארגאניזירט דורך די ענערגישע עסקנים, א פלאטע פון אריבער 50 באסעס האבן געפירט דעם ציבור חסידים פון אלע שטעט איבער'ן לאנד קיין ירושלים, און א ריזן ציבור העכער אלע ערווארטונגען האבן אנטייל גענומען אינעם עצרת, אויסצושרייען דעם קול תפילה ותחנונים צום בורא עולם אין די יעצטיגע ימים המסוגלים פון בין המצרים.

דער מעמד איז געווען אין שפיץ פון די רבני הקהילה, ובראשם דעם רבי'נס קינדער הגה"צ רבי יצחק ישעי' האגער שליט"א, הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א אבד"ק וויזניץ אלעד, דער איידעם האה"צ רבי מנחם מענדל האגער שליט"א, און די קינדער פונעם רבינ'ס שוואגער הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א וועלכער געפונט זיך אין אויסלאנד אויף אפרו.

דער סדר המעמד האט זיך אנגעהויבן אום 10:30 ביינאכט מיט א פייערדיגע מעריב ברוב עם הדרת מלך, גלייך נאך מעריב האט דער גאנצער עולם אנגעהויבן זינגען מיט גרויס דביקות די הארציגע ניגוני התעוררות "מכניסי רחמים" און "עיני עמך בם תלויות", ווען טויזנטער אידן שטייען "גשים מול ארון הקודש באימה" און פארוויינען די הערצער צום שוכן מרומים.

דערנאך איז געהערט געווארן א פייערדיגע דרשה דורך הגאון רבי ישראל מילער שליט"א, חבר בד"ץ וויזניץ. טראץ וואס לויט די כללים איז שטרענג פארבאטן אריינצוברענגען א מיקראפאן אדער האלטן דרשות אינעם גאנצן שטח הכותל, איז אבער נאך אינטענסיווע עסקנות געלונגען צו מאכן אן אויסנאם און באקומען ערלויבעניש צו האלטן א קורצע דרשה, כדי מעורר זיין די הערצער אינעם געהויבענעם שעת רחמים ורצון.

דער דיין האט משמיע געווען שטארקע דברי התעוררות און מעורר געווען מיט קאכעדיגע דיבורים אז דער רבי שליט"א מוז פארבלייבן אויף דער וועלט, מיט אריכות ימים געזונט און שטארק, דער רבי שליט"א וועלכער פארשפרייט דעם 'יש בורא עולם' אינעם גאנצן דור, האט נאך אסאך אויפצוטון אויף דעם עולם. ער האט אונטערגעשטראכן אז כאטש עס זענען דא פון צייט צו צייט פארבעסערונגען, דארף מען רייסן די הימלען פאר א פולשטענדיגע רפואה שלימה און אז דער רבי זאל שוין צוריקצוקומען לאיתנו הראשון.

נאך די דברי התעוררות האט הרה"צ רבי ישראל ארנסטר שליט"א, זון פונעם ראש ישיבה פארגעזאגט ספר רביעי שבתהילים און תמניא אפי מיט א געוואלדיגע התעוררות, דערנאך איז געזאגט געווארן שיר המעלות ממעמקים פסוק בפסוק דורך הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א אב"ד וויזניץ אלעד וועלכער האט עס פארגעזאגט מיטן נעימותדיגן נוסח פון ימים נוראים.

נאך די תהילים האט מען געזאגט די ספעציעלע תפילה "רבון העולמים" פונעם בעל "אור לשמים" זיע"א לכבוד זיין יארצייט וואס געפאלט היינט נאכט כ"ה תמוז, נאכגעפאלגט מיט ניגוני גלות וגאולה מלאי כיסופין.

צום סיום המעמד האט זיך אנגעשלאסן דער באקאנטער משפיע און מקובל הגה"צ רבי יצחק משה ארלנגר שליט"א, וועלכער האט אויפגעטרעטן מיט קורצע, פייערדיגע דיבורים, זאגנדיג אז ער איז סמוך ובטוח אז די תפילות הרבים וועלן אויפרייסן אלע שערי שמים און פויעלן א גאנצע ישועה, גלייך דערנאך האט ער פארגעזאגט קבלת עול מלכות שמים בקול רעש גדול, ווען דער גאנצער עולם שרייט אויס "ה' הוא האלוקים!" מיט א קול חוצב וואס האט אפגעקלונגען גאר ווייט.

דערנאך האט העסקן הרב חיים מאיר שטערן געמאכט דעם מי שברך לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן, עס איז געווען מערקווירדיג ווי ער האט אויסגעפאלגט דעם רבינס דירעקטע באפעל און נישט דערמאנט דאס ווארט "לחולה" אינעם נוסח, וויבאלד דער רבי לאזט נישט ניצן דעם באגריף אויף אים, נאר מען האט מעתיר געווען לרפואתו פונעם רבי'ן מרן ישראל בן לאה אסתר שתתחדש כנשר נעוריו מתוך בריאות השלימות.

דער געהויבענער מעמד האט זיך געשלאסן ארום 11:30 ווען מען האט אינאיינעם געזונגען ניגוני בקשה פארן אריכות ימיו ושנותיו פונעם רבי'ן, און די חסידים האבן פארלאזט די רחבת הכותל מיט א זיכערקייט אז תפילת רבים לא תחזור ריקם און מען וועט בקרוב זוכה זיין צו זען דעם רבי'ן פירן די עדה הקדושה כבימים ימימה בבריות גופא ונהורא מעליא.


bottom of page