top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אל תגעו במשיחי: האד' מערלוי מיט שארפן מחאה קעגן דברי בזיון אויף הרה"ק מבעלזא זי"ע איבער דעת קדשו בנוגע די בחירות

לפני 16 שעות
זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פרשת וירא • ט"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

א חוצפה'דיגע סצענע האט זיך אפגעשפילט דעם זונטאג אינדערפרי אין ביהמ"ד הגדול ערלוי אין די קטמון געגענט, ווען א געוויסע פארשוין באיצטלא דקנאות איז נאך תפלת שחרית, צוגעגאנגען צו כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א און אנגעהויבן מיט א היציגע טאן זיך אויסצו'טענה'ן מיטן רבי'ן שליט"א לגבי די בעפארשטייענדע בחירות, היתכן דער רבי האט ארויסגעגעבן זיין הוראה אז מען זאל זיך משתתף זיין ביי די בחירות.


אינמיטן די טענה'ריי וואס האט געהאלטן ביי היציגע טענער ווען דער רבי שליט"א האט זיך אויסגעדריקט צו אים, מי לנו גדול פונעם בעלזא רב וואס האט געהייסן גיין צו די בחירות, האט זיך דער איד גענומען די עזות צו רעדן פעך און שוועבל מיט גאר ביליגע רייד קעגן דעם הייליגן בעלזא רב זי"ע.


דער רבי איז געווארן אויפגעציטערט בחיל ורעדה, נישט קענענדיג סובל זיין ווי איינער וואגט זיך צו לאזן הערן דברי השפלה ברוב עזות ומצח קעגן דעם הייליגן בעלזא רב זי"ע אהרן קדוש השם, און דער רבי האט אויפגעהויבן א קול גדול אז ער זאל זאפארט פארלאזן דעם בית המדרש, דער פערזאן האט געכאפט א פחד און תיכף געהויבן פיס און אנטלאפן פון בית המדרש.


די אנוועזנדע וועלכע האבן מיטגעהאלטן די סצענע האבן פון אנהייב פרובירט ארויסצוטרייבן דעם איד בכח הזרוע, אבער דער רבי האט באפוילן אז מען זאל אים נישט צורירן, נאר מען זאל אים אליינס לאזן גיין, וכך הוה, און ער האט אליין פארשטאנען צו פארלאזן דעם ארט.


נעכטן מאנטאג אינדערפרי ביים טעגליכן השקפה שיעור, האט דער רבי שליט"א נאכאמאל ארויסגעברענגט די חובת השעה איבערן השתתפות ביי די בחירות, און דערביי דערמאנט די נעכטיגע עפיזאד זאגנדיג "נעכטן איז געווען א שוטה וועלכע האט זיך געוואגט אויפצומאכן א מויל אויף צדיקים און בארעדן דעם קדוש ה' דער הייליגער בעלזא רב זי"ע", און דערביי דערציילט עטליכע עובדות פון אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מערלוי זצ"ל איבער זיין קנאות לשם שמים ווען עס איז געקומען צו די נושא פון בחירות.

תגובות


bottom of page