top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פייערליכער מעמד "הנחת אבן הפנה" ביים נייעם פליגל פון בנין ישיבה קטנה דסקווירא אין מאנסי

לפני 30 דקות
זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' האזינו • כ"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס פייערליכקייט איז די וואך זונטאג אפגעהאלטן געווארן דער מעמד "הנחת אבן הפנה" צום נייעם פליגל פונעם בנין הישיבה קטנה "תולדות יעקב יוסף סקווירא" וואס ווערט געבויט צו קענען נאךקומען דעם גרויסן פלייץ פון בחורי חמד תלמידי הישיבה.


דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס התרגשות, בראשות הרה"צ שליט"א בני וחתני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, בניו הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א, הרה"צ רבי יצחק שליט"א, הרה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א און הרה"צ רבי חיים מאיר שליט"א, און די איידימער, כ"ק אדמו"ר מרחמיסטריווקא-מאנסי שליט"א און כ"ק אדמו"ר מזוויהעל שליט"א.


לרגל דעם מעמד האבן די בחורי חמד תלמידי הישיבה קטנה געלערנט א סדר הלימוד פון שעות רצופות, ביי וועלכן דער קול תורה האט אפגעדינערט במשך א לענגערע צייט, ווען אינצווישן איז ערשינען הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א וואס האט מיטגעהאלטן דעם סדר הלימוד. נאכן סדר הלימוד האט רבי אהרן מענדל שליט"א פארטיילט "האניג" פאר די מצטייני הישיבה.


דאן איז מען ארויס אויפ'ן גרויסן שטח נעבן דעם איצטיגן בנין, וועלכע איז געווען ספעציעל אויסגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן דעם ציבור, די בחורי חמד און ילדי תשב"ר פון די סקווערער מוסדות אין מאנסי, ובראשם האבן באשיינט די רבני העיר, דיינים ומו"ץ שליט"א פון די סקווערער שטובלעך, ועל צבאם בני וחתני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.


נאכן זינגען עטליכע ניגונים האט מען אנגעהויבן מיטן סדר אמירת ח"י קאפיטלעך תהלים, וואס איז פארגעזאגט געווארן אינעם מיוחס'דיגן תהלים פון הגה"ק רבי שאול וואהל זצ"ל, אנגעהויבן דורך הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א, און דערנאך דורך די אנדערע קינדער און איידימער פון רבי'ן שליט"א. מיט אמירת "יהי רצון" איז מכובד געווארן הרה"ג רבי יחזקאל שווארץ שליט"א דומ"ץ סקווירא-פרענסיז אין מאנסי.


דאן האט מען געהערט די ווארעמע דרשות, אנגעפירט דורכ'ן יו"ר הר"ר אפרים שרגא אייזענבערג שליט"א, פונעם מנהל הישיבה הרה"ג רבי רבי לוי יצחק שפוטץ שליט"א, און פון הרה"ג רבי יחזקאל שרגא שפיטצער שליט"א דומ"ץ סקווירא-רידזש אין מאנסי וחבר הנהלה רוחני פון די ישיבה.


מיט יראת הכבוד האבן די פארזאמעלטע צוגעהערט דעם לענגערן שמועס פון הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א איבער דעם התחדשות וואס מען דארף האבן אום חודש אלול, און דערביי ארויסגעברענגט בשבח העסקנים וואס טראגן דעם עול פון דעם פרישן פראיעקט.


נאכן זינגען א "ניגון הכנה" איז מען צוגעטרעטן צום הויכפונקט, ווען רבי אהרן מענדל שליט"א האט אריינגעווארפן מטבעות און געגאסן טעפלעך צעמענט פונעם אבן הפנה.


דערנאך זענען מכובד געווארן הרה"צ בני וחתני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, די דיינים, מרביצי תורה און נגידים ותומכי המוסדות.


נאכן גיסן די אבני הפנה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד לכבוד המעמד, און דער ציבור איז דורך נעמען לעקך וואס איז פארטיילט געווארן דורך הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א און הרה"צ רבי יצחק שליט"א.


נאכן מעמד איז מען אריין אין בנין הישיבה צו תפלת המנחה צו וועלכן עס האט יורד געווען לפני התיבה הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א, און די תלמידי הישיבה זענען דורך איבערגעבן זייערע קבלות טובות בעניני תפלה לכבוד חודש אלול.



תגובות


bottom of page