top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד חנוכת הבית פאר נייע אפיסעס פון בארימטער "רופא חולים" ארגאניזאציע אין עיר הקודש ירושלים

לפני 5 שעות
זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

א געהויבענער מעמד פתיחת שערים און קביעת מזוזות איז דעם פארלאפענעם וואך, אין די טעג בעפאר ראש השנה, אפגעהאלטן געווארן אין די נייע אפיסעס פון דער וועלט בארימטער "רופא חולים – אר-סי-סי-עס" ארגאניזאציע, אין עיר הקודש ירושלים.


דער מעמד איז פארגעקומען אין שפיץ פון גדולי ומאורי ישראל שליט"א, און מיט'ן השתתפות פון חשוב'ע נדיבים ותומכי הארגון וועלכע זענען געקומען צופארן פון די מרחקים, זיך מיטצופרייען מיט דער הרחבת גבולי הקדושה און די פארברייטערונג פון די לעבנסוויכטיגע פעולות למען חולי ישראל, בשעת די ליסטע וואקסט ליידער אומגעהויער.


די נייע אפיסעס וועלן דינען אלס הויפט נערוו-צענטער פאר די פארצווייגטע פעולות פון "רופא חולים" אין ארץ ישראל, וואס באגלייט טויזנטער חולי ישראל וועלכע מוטשען זיך נעבעך מיט די ביטערע מחלה ה"י, זייענדיג אן אפצווייג פון די וועלט בארימטער רופא חולים אפיסעס אין אמעריקא.


ביי דעם מעמד האבן זיך משתתף געווען גדולי ומאורי ישראל, אדמור"ים ורבנים פון אלע שיכטן און קרייזן, וועלכע האבן איבערגעגעבן זייערע ברכות פאר די תומכים און נדיבים, און ארויסגעוויזן זייער שעצונג פאר די מסירת נפש'דיגע ארבעט פון די חשובע ארגאניזאציע.


צווישן די גדולי ישראל וועלכע האבן באשיינט דעם מעמד זענען געווען דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, און האדמורי"ם מראחמיסטריווקא, תולדות אהרן, דושינסקיא, ביאלא, וויזניץ בית שמש, לוצק, משכנות הרועים, פינסק קארלין, סטריקוב, סקולען ירושלים, פיטסבורג, קהל חסידי ירושלים, זוועהיל ירושלים, וויטעבסק.


ראש הישיבה הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א, ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א, ראש הישיבה הגאון האדיר רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א, המשגיח הגאון הצדיק רבי דן סגל שליט"א, הגאון רבי יעקב הלל שליט"א ראש ישיבת המקובלים אהבת שלום, הגאון רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון, הגה"צ רבי מתתיהו דייטש שליט"א גאב"ד רמת שלמה, הגאון רבי אשר ווייס שליט"א גאב"ד דרכי תורה, הגאון רבי משה צדקה שליט"א ראש ישיבת פורת יוסף, הגאון רבי אליהו אראלי שליט"א, ר"מ בישיבת מיר, המקובל הגה"צ רבי יצחק משה ארלאנגער שליט"א, הרה"צ רבי אברהם הלברשטאם שליט"א אבד"ק קרית צאנז טבריה, הרה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב, המקובל הרה"צ רבי גמליאל רבינוביץ שליט"א.


אויך האבן זיך משתתף געווען די שרי התורה חברי הביד"ץ העדה החרדית שליט"א: הגאון רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א, הגאון רבי חיים אורי פריינד שליט"א, הגאון רבי יודל פישער שליט"א, הגאון רבי שמואל בראנסדארפער שליט"א, הגאון רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א און הגאון רבי אהרן בראנסדארפער שליט"א.


ביי די מעמד האט געדינט אלס יושב ראש דער באגאבטער רעדנער הרב ישראל שטערן הי"ו פון לאנדאן, וועלכער האט געעפענט דעם אוונט בנועם לשונו. דערנאך האט דער נשיא ומייסד הארגון, הרב הערשל קאהן שליט"א, אויפגעטרעטן מיט רירנדע ווערטער, ארויסברענגענדיג די גרויסע נחיצות פון אויסצוברייטערן די אפעראציעס און אפיסעס אין ארץ ישראל, צו קענען אנגיין מיט די לעבנסוויכטיגע פעולות חובקות.



תגובות


bottom of page