top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד קביעת מזוזות אפגעראכטן אין די נייע ווילעדזש אפיסעס פון שיכון סקווירא

לפני שעתיים (2)
זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: איצי מ.

א גייסטרייכע מעמד קביעת מזוזה איז אפגעהאלטן געווארן די וואך אין די נייע ווילעדזש אפיסעס פון שיכון סקווירא, וואס איז אין די טעג אריין אין דינסט להנאת די טויזנטער תושבי השיכון. דער מעמד איז געווען קאמבינירט מיטן התמנות פון הרה"ג ר' יעקב יוסף ברייער שליט״א וועלכער איז אויפגענומען געווארן אלס דיין פונעם ווילעדזש, און וועט דינען אלס תורה'דיגע אויטאריטעט צו פסקנען די כסדר'דיגע רעלעוואנטע שאלות וואס קומט אן צום ווילעדזש אפיס.


דער מעמד איז געווען מיט די השתתפות פון הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א, די פיר זין פון כ״ק אדמו״ר מסקווירא שליט״א וועלכע האבן אנטייל גענומען בשליחות הקודש, אינאיינעם מיט די ווילעדזש באאמטע, עסקנים און נאך. נאכן קובע זיין די מזוזות איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ביי וועלכן עס האט אויפגעטרעטן דער מעיאר פון שיכון סקווירא העסקן ישראל משה שפיטצער הי"ו, און מען האט געהערט דברי ברכה פון דעם רבינס קינדער, וועלכער האבן איבערגעלאזט ווארעמע ברכות פאר די עסקנים פונעם ווילעדזש און באזונדער געוואונטשן דעם נייעם דיין ער זאל זיין די ריכטיגע שליח פאר אלע הלכה׳דיגע אנגעלעגנהייטן לדעת את הדרך ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון.



תגובות


bottom of page