מעמד קביעת מזוזות וחנוכת הבית פארן בית המדרש החדש דחסידי נדבורנא אין עיה"ק ירושלים
מיטוואך פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד ארזני
נעכטן דינסטאג איז כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א אנגעקומען קיין ירושלים עיה"ק צו באשיינען דעם מעמד קביעת מזוזות און פתיחת שערים פונעם נייעם בית מדרש דחסידי נדבורנא אין שטאט.
נאך עטליכע יאר וואו דער צייטווייליגער ביהמ"ד וואו די חסידים פלעגן דאווענען בצוותא חדא בשבתות ומועדים, איז געווען נע ונד אין פארשידענע לאקאלן איז מען ענדליך געקומען אל המנוחה ואל הנחלה ווען אין די לעצטע טעג האט מען גומר געווען די בוי פראיעקט פון א נייעם בית מדרש אויף רחוב דוד, וואס וועט דינען אלס משכן קבע רחבת ידיים און וועט קומען צום באנוץ מדי יום ביומו פאר די חסידים תושבי העיר, און עקסטער וועט דארט געגרינדעט ווערן א כולל אברכים פאר די חשובע אינגעלייט יושבי אהל.
די נייע ביהמ"ד איז נאך א רינגעלע אין די קייט פון נדבורנא בתי מדרשים ברחבי ארץ הקודש תחת נשיאותו הרמה פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא שליט"א, אין די שטעט ביתר, בית שמש, קרית גת, און אלעד.
ביי די מעמד פתיחת שערי הבית מדרש האט דער רבי צוערשט קובע געווען א מזוזה ביים הויפט שער פונעם בית המדרש, נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים וואו מען האט געזינגען ניגוני שמחה און ניגוני ימים הנוראים.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש איבער די גרויסע זכיה צו אוועקשטעלן א מקום תורה ותפילה בקרתא דשופריא, און דערמאנט די השתוקקות פונעם זיידן הרה"ק בעל דבר חיים מנדבורנא זי"ע צו פארמאגן אן אייגענעם מקום תורה ותפילה אין ירושלים, ווי אויך האט דער רבי מרחיב געווען במעלת האחדות צו דאווענען אינאיינעם בשבת אחים גם יחד. נאכדעם איז דער גאנצער עולם אריבער וואונשטן לחיים און באקומען מזונות פונעם רבי'ן.
צום שלוס האט מען מחנך געווען דעם בית מקדש מעט מיט א ווארעמע תפילות מעריב, די ערשטע תפילה אינעם נייעם ביהמ"ד, און דער רבי האט איבערגעלאזט ברכותיו הטהורות פאר די עסקני וגבאי הביהמ"ד.

































תגובות