top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינעם באזוך פון האד' ממאחנובקא בעלזא אין בליענדע קהילה אין שטאט בית שמש

לפני 3 שעות
זמן קריאה 3 דקות

דאנערשטג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

פארלאפענעם וואך, האבן חסידי מאחנובקא בעלזא אין דער שטאט בית שמש מקבל פנים געווען פני כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וועלכער איז אנגעקומען אין שטאט אויפצונעמען דעם ציבור לברכת השנים, און האט באשיינט דעם מעמד קביעת מזוזה אינעם נייעם בנין הישיבה לצעירים מאחנובקא בעלזא אין בית שמש.


אנקומענדיגע אין די נייע רמה ד' געגענט, האט דער רבי געדינט אלס סנדק ביי א ברית לבן אחד מחסידיו אין דער צייטווייליגער בית מדרש אין רמה ד' און  דערנאך זיך אומגעקוקט אינעם ביהמ"ד, באגלייט דורך בנו חביבו הגה"צ רבי יוסף מאיר רוקח שליט"א אבד"ק מאחנובקא בעלזא בית שמש.


פון דארט איז דער רבי אנגעקומען צום שטח הבניה פון דעם נייעם ביהמ"ד הגדול ההולך ונבנה אין צענטער פונעם בליענדן ישוב, וואו די עסקנים האבן פארגעשטעלט די בוי פלענער און דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף אלע דעטאלן בפרטי פרטים. צום שלוס האט מען געוויזן פארן רבי'ן די בורות המקוה, וואס זענען געבויעט געווארן בתכלית ההידור.


פארנאכטס איז דער רבי אנגעקומען אויף א מעמד קביעת מזוזה אין נייעם בנין הישיבה. צוליב א הלכה'דיגן ספק צי דער שער אליין איז מחויב במזוזה און צי מען מעג מאכן א ברכה, האט דער רבי שליט"א מכריע געווען קודם צו קלאפן די מזוזה אינעם חדר האוכל און דארט מאכן די ברכה. נאכדעם איז דער רבי צוריקגעגאנגען קלאפן די מזוזה ביים הויפט שער און ביי נאך עטליכע חדרים, און מכבד געווען מיט די איבעריגע מזוזות די חברי הנהלת הקהילה.


פון דארט איז דער רבי אריינגעקומען אין היכל הישיבה, וווּ עס איז פארגעקומען א געהויבענע מסיבת לחיים לכבוד המאורע. 


צווישן די געסט האבן זיך אנגעזען די ראשי ועסקני העיר, בראשם דער מעיאר פון שטאט הרב שמואל גרינבערג הי"ו. דער רבי האט געוואונטשן לחיים און משמיע געווען דברות קודש - אויף לשון הקודש כדי דער מעיאר זאל קענען פארשטיין. דער רבי האט ארומגערעדט איבער די קדושת המקום, וואס איז א דירעקטער המשך צום הייליגן בית המדרש וואס איז אויסגעבויט געווארן דורך הרה"ק בעל שר שלום מבעלזא זי"ע. דער רבי האט ארויסגעברענגט אז פונקט ווי דארט איז אלעס געבויט געווארן מיט כוונות ויחודים, קען מען אויך דא שפירן די ספעציעלע קדושה וואס שפראצט ארויס פון די ווענט און דאס אלעס קומט א דאנק די מסירות נפש, וואס איז אריינגעלייגט געווארן אין יעדן שטיין, און די מניעות און עגמת נפש וואס מען האט מיטגעמאכט ביז מען האט זוכה געווען ענדליך צו באנייען דעם בנין.


צום שלוס פונעם מעמד האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט אויף א פייערדיגן טאנץ און נאכדעם איז דער מעיאר און זיינע געהילפן דורכגעגאנגען און באקומען געבענטשטע האניג לאות הוקרה, און אויך די בחורי הישיבה זענען דורכגעגאנגען באקומען האניג.

אין די זעלבע צייט איז הגה"צ אבד"ק מאחנובקא בעלזא בית שמש שליט"א אריבער אינאיינעם מיט די מעיאר צו איינע פון די שטובער אינעם בנין, ווי דער ראש העיר איז מכובד געווארן צו קלאפן א מזוזה.


שפעטער האט דער רבי געדאווענט מעריב אינעם חצר הישיבה. נאך מעריב האבן די רבני הישיבה אין שפיץ פונעם ראש הישיבה הגאון רבי יעקב יהושע ענגלאנגער שליט"א און די הונדערטער בחורים באגלייט דעם רבי'ן בשירה ובזמרה.


פון דארט איז דער רבי אריבער צום שטוב פון בנו אבד"ק מאחנובקא בעלזא בית שמש שליט"א, וווּ דער רבי האט אויפגענומען דעם ציבור חסידים להתברך בברכת השנים לענגערע שעות נאכאנאנד.


שפעט נאך חצות הלילה, האט דער רבי אפגעשטאט א קורצע באזוך אין שטוב פון זיין איידעם הגה"צ ר' אלתר משה טווערסקי שליט"א, און דערנאך צוריקגעפארן לביתו נאוה קודש אין בני ברק.



תגובות


bottom of page