top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נייע מעון הקודש פון האד' ממאחנובקא בעלזא בתוככי בנין ביהמ"ד הגדול מאחנובקא בעלזא באנייט דעם ירח האיתנים

לפני יום אחד (1)
זמן קריאה 2 דקות

עודכן: לפני 9 שעות

דאנערשטאג פ' נח • ד' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

קרעדיט: ח.ל.

מיט גרויס שמחה און התרגשות, איז דעם ירח האיתנים, באנייט געווארן די נייע מעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, אינעם בנין ביהמ"ד הגדול והחדש מאחנובקא בעלזא אין בני ברק.


זינט די הסתלקות פונעם פעטער הרה"ק ממאחנובקא זצוק"ל מיט קרוב צו פערציג יאר צוריק, האט דער רבי שליט"א געוואוינט אינעם בנין פונעם אלטן ביהמ"ד אויף רחוב רש"י, וואו דער דער מאחנובקא רבי זי"ע האט געוואוינט בחיים חיותו. אויך אין די לעצטע יארן, זינט מען האט באנייט דעם נייעם בנין ביהמ"ד הגדול, איז דער רבי פארבליבן וואוינען אין דער אלטער דירה אינעם ביהמ"ד אויף רח' רש"י און ווייטער געדאוונט די תפילות בימות החול אינעם אלטן ביהמ"ד.


אין די לעצטערע תקופה האט מען זיך גענומען צו די מלאכת הבניה אהערצושטעלן די שפאגל-נייע דירה, א פראכטפולע דריי-שטאקיגע געביידע אינעם בנין ביהמ"ד החדש, וואס אנטהאלט אין זיך אלע נויטיגע איינריכטונגען למשכן הצדיק.


אויפ'ן ערשטן שטאק פון דער נייער דירה איז אהערגעשטעלט געווארן א גרויסארטיגע עזרת נשים פאר די פרויען צו קענען מיטהאלטן די סעודות שבת ויום טוב און מאורעות בביתו נאוה קודש, און אזוי געפונט זיך דארט דער גרויסער צענטראלער קאך וואו מען גרייט אן די מאכלים פארן רבי'נס שטוב בשבתות וימים טובים.


דער צווייטער שטאק דינט אלס דעם רבי'נס פריוואטע וואוינונג, וואס רעכנט אריין א פראכטפולע פריוואטע מקווה און אלע צוגעהערן וואס פעלן זיך אויס. א באזונדערער מקום משמר איז דארט אהערגעשטעלט געווארן צו באהאלטן די פילע היסטארישע חפצי קודש און כתבי ידות וואס דער רבי פארמאגט בבית גנזיו מירושת הצדיקים ואבותיו הקדושים זי"ע כידוע.


אויפ'ן דריטן שטאק איז אהערגשטעלט געווארן א פראכטפולע פראווע-שטוב וואו דער רבי שליט"א וועט אויפנעמען די חסידים און דופקי פתחו לברך ולהתברך, אין צוגאב צו א בית הגבאים, א ווארט-צימער, און א באזונדערער ווארט-צימער פאר נשים.


פונעם בית הגבאים וועט זיין א טיר וואס וועט פירן צום קליינעם זאל אינעם בנין הביהמ"ד, וואו דער רבי שליט"א וועט דאווענען די תפילות בימות החול.


דער גאנצער מאסיווער בוי-פראיעקט איז אונטערגענומען געווארן דורך דעם רודף צדקה וחסד, הנגיד החסיד רבי דוד שפיטצער שליט"א, וואס האט זיך געלאזט קאסטן די ריזן אונטערנעמונג פון איבער פינעף מיליאן שקל, בנוסף צו די ריזיגע געלטער וואס ער לאזט זיך כסדר קאסטן פאר די פריוואטע צרכים פונעם רבי'נס שטוב.


במשך די גאנצע תקופה פון די מלאכת הבניה האט דער רבי שליט"א כסדר מיטגעהאלטן אלע פלענער און פארשריט פון די ארבעט, איבערגעבנדיג הוראות קדשו אויף טריט און שריט, און איז כסדר אליין געקומען באטראכטן פון די נאנט אלע דעטאלן.


דעם ירח האיתנים האט דער רבי שליט"א מחדש געווען די נייע דירה אין א מזל'דיגע שעה, און דער רבי האט זיך דארט אויפגעהאלטן במשך די ימים טובים פון חודש תשרי.


אין די יעצטיגע טעג נאך די ירח האיתנים וועט דער רבי זיך גענצליך אריבערציען און זיך אויפהאלטן בקביעות אינעם בנין ביהמ"ד הגדול והחדש אויף רחוב האדמו"ר מגור און דארט פראווען עבודת קדשו שבתים און אין די ימות החול, וואס באדייט אז דער אלטער ביהמ"ד אויף רחוב רש"י וועט ארויסגיין פון טאג-טעגליכן באנוץ.



תגובות


bottom of page