top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הצלת כלל ישראל: גדולי ישראל פאראייניגט ביי מעמד חנוכת הבית פאר נייע אפיסעס פון 'יד להושיע' שע"י 'קרן ויואל משה'

לפני שעה (1)
זמן קריאה 3 דקות

זונטאג פרשת וירא • י"ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

מזמור שיר חנוכת הבית האט זיך אונטערגעזונגען פארלאפענעם דאנערשטאג ביים חנוכת הבית פון די נייע און פארגערעסערטע לאקאציע פון די ברייט בארימטע אפיסעס פון 'יד להושיע' אונטער די שירעם 'קרן ויואל משה' וועלכע זענען בשעה טובה נתחדש געווארן און וועט פון היינט און ווייטער קענען סערווירן דער ציבור אויף פיל א גרעסערע און רואיגערע פארנעם.


שטייענדיג אין א צייט ווען די רשעים האבן מרים יד געווען און ארעסטירן בחורים אויף רעכטס און אויף לינקס, אז כמעט יעדן טאג הערט מען איבער פרישע ארעסטן, און אויך די מיטלען זיך ארויסצודרייען פון די ציניסטישע לאפעס איז געווארן שווער און קאמפלעצירטער, אז עס איז כמעט אן אוממעגליכער זאך. די אפיסעס פון 'יד להושיע' זענען רונדע דעם זייגער לעזר ולאחיסמך פאר די געפלאגטע, איז דער פרישער אפיס א ישועה גדולה, קענענדיג געבן ברייטערע און בעסערע סערוויס פאר די געפלאגטע אידן וואס זענען מצפה לישועה, באפרייט צו ווערן פון די רשעי הדת און זייערע נעצן.


דער בארימטער 'יד להושיע' וועלכער איז געגרינדעט געווארן מיט צען יאר צוריק באדינט יום ולילה אידן וואס פלאגן זיך מיט די גזירת הגיוס, און איז מציל ומושיע הונדערטער בחורים און אברכים פון די ציוניסטישע נעגל, און בפרט שוואכערע בחורים, וואס ווען נישט די העראאישע פעולות הצלה פון די עסקנים וואלטן זיי זייער מעגליך אריינגעפאלן חלילה אינעם צבא השמד.


פון יאר צו יאר איז דער שטראם צו די אפיס געשטיגן, בפרט אין די לעצטע אנדערטהאלבן יאר, און דער ביז יעצטיגע לאקאל איז טאג טעגליך פארפלייצט געווארן מיט מענטשן, זייענדיג צר מהכיל, אצינד נאך אסאך הארוואניע און מיה האט מען בחסדי שמים געטראפן א פאסיגער נייע לאקאציע וואס פארמאגט ברייטערע אפיסעס וואו די עסקנים וועלן קענען געטריי באדינען דעם ציבור מתוך הרחבת הדעת.


דער מעמד איז באשיינט געווארן דורך די גדולי הרבנים הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א חבר בית דין צדק העדה החרדית, הגאון הגדול רבי משה צדקה ראש ישיבת פורת יוסף, הגאון הגדול רבי יהושע דוד טורטשין מנהיג קהילת הפרושים, און הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א בשליחות הקודש פון מר אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א - נשיא הקרן, וואו די חשובע גדולי הרבנים האבן קובע געווען מזוזות ביי די טירן פון די נייע אפיסעס און דערביי באטראכט פון די נאנט די נייע פראכטפולע אפיסעס מיט גרויס הנאה און התרגשות דקדושה.


אויך מערערע חשוב'ע עסקנים וועלכער זענען אין א שטענדיגער קשר מיט דער מרכז זענען געקומען צוגיין, עס האט זיך דערקענט די חשובע מנהלים פון קרן ויואל משה אין אמעריקא, וועלכע געפינען זיך אין די יעצטיגע טעג אויף א באזוך אין ארץ ישראל, און באזונדער א משלחת רבני חב"ד וועלכער האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט אפצוגעבן זייער פערזענליכער הכרת הטוב, פאר די געטרייע העלדישע עסקנים וועלכע האבן אריינגעלייגט אומערמידליכע כוחות לטובת בחורי ליובאוויטש, און בפרט פארלאפענעם וואך ביים ראטעווען די איבער פערציג בחורים וועלכע זענען אנגעקומען קיין ארץ ישראל ווי ברייט באריכטעט.


ביים מעמד האט מען געהערט דברי ברכה פון די עיני העדה, צום ערשט פון הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן שליט"א, וועלכע האט שטארק אויסגערימט די חשובע מפעל והעומדים בראשם די געטרייע עסקנים וועלעכע שלאגן זיך אויפן פראנט קעגן די גזירת גיוס, און דערנאך פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א וואס האט איבערגעגעבן דעם ברכת הקודש פון אביו הגדול דער סאטמארער רבי שליט"א, צו האבן כוחות דקדושה אנצוגיין ווייטער און ווייטער, אויך האט מען געהערט טרעפליכע דיבורים פון די חשובע עסקנים וואס האבן ארויסגעגעבן די טיפע הרגשים אין אזא מאמענט אז מען קען ב''ה העלפן אידן און אויסגעדרוקט א דאנק פאר די ווארימע פלייצע פון די עסקנים מעבר לים וועלכע ארבעטן מיט אן אויסטערלישע געטריישאפט למען הצלחת המפעל.



תגובות


bottom of page