top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד הודאה רבתי אין מאנסי לקראת יום ההצלה פון אדמור"י בית קרעטשניף בצילו פונעם אורח הדגול האד' מקרעטשניף סיגעט

לפני שעתיים (2)
זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פרשת וירא • י"ד חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

קרעדיט: איצי מ.

נאכפאלגנדיג דעם שבת מרומם וואס כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א האט אפגעראכטן אין דער שטאט מאנסי איז במוצאי יום גילה געפראוועט געווארן א געהויבענעם מעמד הודאה לקראת דעם יום ההצלה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מקרעטשניף סיגעט זצוק"ל און בנו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל בעל רזא דאמונה, וועלכע האבן אין טאג פון ט"ז חשון שנת תשכ"ו מיטגעמאכט א שווערן קאר עקסידענט, בשעת זיי זענען געווען אויפן וועג פון קרית אתא קיין חיפה. בחסדי שמים זענען די מיטרייזנדע ארויס אומבאשעדיגט, זייענדיג א נס גלוי למעלה מדרך הטבע.


דער קרעטשניפער רבי זצוק"ל האט זינט יענעם טאג צוגעזאגט צו געבן יעדן שבת קודש נאך'ן דאווענען א "קידושא רבה" צו דאנקען דעם בורא עולם אויף די גרויסע ניסים און חסדים, און גלייכצייטיג האט ער איינגעפירט יעדעס יאר ביום הנס, צו פראווען די סעודת הודאה ברוב עם הדרת מלך, וואס פלעג ווייטער אנהאלטן יעדעס יאר ביי בנו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל.


דער מעמד איז פארגעקומען אין ביהמ"ד תולדות אהרן אין מאנסי, וואו דער רבי שליט"א איז ערשינען קרוב לחצות הלילה לקול תרועות הזמר. דער ביהמ"ד איז געווען איבערגעפילט מיט הונדערטער חסידים, מעריצים און בחורי חמד, וועלכע האבן פארנומען זייערע ערטער אויף די פארענטשעס וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן כדי צו קענען אקאמאדירן דעם ריזיגן ציבור.


אינצווישן די שירות ותשבחות און די זמירות פון מוצאי שבת האט דער רבי שליט"א עטליכע מאל משמיע געווען דברי תורה בתוקפו של נס, און ארויסגעברענגט דעם חיוב וואס ליגט אויף אונז צו דאנקען און לויבן דעם אויבערשטן אויף זיינע וואונדערליכע רחמים וחסדים יעדן איינציגן טאג, און במיוחד דער נס גלוי ווען ער האט איבערגעלאזט לפליטה דעם גרויסן זיידן הרה"ק מקרעטשניף זצוק"ל נאך די עקסידענט וואס ער האט ניסים'דיג איבערגעלעבט, כדי ער זאל קענען איבערגעבן און משריש זיין אין די קומענדיגע דורות די דרכי התורה והעבודה ומסורת אבות, וואס ער האט כל ימיו אריינגעבאקן פאר עדת צאן מרעיתו.


באזונדער איז געהערט געווארן א שיינעם דרשה בעניני דיומא דורך דעם רבינס ברודער הגה"צ רבי מאיר אריה לייב ראזענבוים שליט"א פון בארא פארק.


במשך דעם מעמד האט מען עטליכע מאל זיך ארויסגעלאזט אין געהויבענע ריקודין מיט א שבח והודאה אויף די גרויסע ניסים בימים ההם ובזמן הזה.


אויפן אויבן אן האבן באשיינט הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א, די חשובע אייניקלעך און תלמידים פונעם בעל הנס, זייט ביי זייט מיט די רבני העיר, צווישן זיי האדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי, האדמו"ר מליזענסק, הגה"צ רבי אהרן קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אהרן מאנסי, און נאך פילע אנשים מכובדים.


עס איז שוין געווען נאנט צו דריי אזייגער פארטאגס, ווען דער רבי האט פארלאזט דעם בית המדרש, ווערנדיג ארויסבאגלייט דורך דעם פילקעפיגער ציבור בשירה ובזמרה.



תגובות


bottom of page