top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פרייד צווישן חסידי טשערנאביל צום פתיחת שערים פונעם נייעם היכל ביהמ"ד הגדול אין בארא פארק

לפני 4 דקות
זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג שבוע שחל בו סוכות • י''א תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

אין א געהויבענעם שטימונג האבן חסידי טשערנאביל אין בארא פארק באנאייט, מיט התחדשות דעם נייעם היכל ביהמ"ד הגדול טשערנאביל, וואס ווערט געבויט אין בארא פארק, און איז צייטווייליג פארענדיגט געווארן לקראת די ימים הנוראים דהאי שעתא.


דער טשערנאבילער ביהמ"ד אין בארא פארק איז א תל תלפיות פאר די פילצאליגע אידן, חסידים ואנשי מעשה וואס קומען זיך מסתופף זיין בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, און דער ביהמ"ד איז שוין לאנג צר מהכיל פונעם גרויסן ציבור מיט וואס דער ביהמ"ד ווירבלט כסדר.


אין די פריערדיגע יארן האט מען צוליב דעם גרויסן ציבור בליעה"ר, אויפגעבויט א ספעציעלן "שאטער" פאר די תפלות און טישן במשך די ימים נוראים, וואס האט געהאלפן לינדערן דעם מאנגל אין פלאץ, צו קענען אפרעכטן די תפלות מיט הרחבת הדעת ומנוחת הנפש.


אינצווישן איז אנגעגאנגען די מאסיווע ארבעט אהערצושטעלן דעם נייעם פראכטפולער בנין ביהמ"ד הגדול, וואס ווערט געבויט מיטן גאנצן רחבת ידים צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור חסידים פון נאנט און ווייט.


אצינד לקראת דעם הייליגן יו"ט ראש השנה, איז דער בנין ביהמ"ד החדש צייטווייליג פארענדיגט געווארן, און מ'האט ב"ה געקענט באנייען דעם ביהמ"ד ביי די תפלות און טישן במשך די ימי החג וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס התרוממות הנפש ביי די פילצאליגע חסידים. ספעציעל ליל יום טוב האט זיך אנגעזעהן א מאסיווע שטראם פון טויזנטער אידן פון אלע עקן שטאט, וועלכע האבן זיך דורכגעדרייט אינעם ביהמ"ד קומענדיג וואונטשן לשנה טובה פארן רבי'ן שליט"א.


במשך די קומענדיגע ימי החגים הבעל"ט וועט דער ביהמ"ד ווייטער פארבלייבן דער צענטראל פאר די עדה חסידים, און בעזהשי"ת נאך די ימים טובים וועט מען ממשיך זיין גומר צו זיין דעם בנין על תלה בנוי' לשם ולתפארת.

תגובות


bottom of page