top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד חנוכת פארן פראכטפולן היכל התורה אין ביהמ"ד הגדול דושינסקיא נדבת הנגיד ר' מרדכי אהרן גאמבא הי"ו

לפני 5 דקות
זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פרשת לך לך • ח' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער

מיט פריידיגע געפילן האבן חסידי דושינסקיא מיטגעהאלטן די מעמד חנוכת הבית לרגל די איבערבוי פונעם פראכטפולן "היכל התורה" אין בנין ביהמ"ד הגדול דושינסקיא אין ירושלים, וואס איז אהערגעשטעלט געווארן בתכלית היופי וההידור בנדבת לבו פון הנגיד החסיד ר' מרדכי אהרן גאמבא הי"ו מראשי ק"ק צאנז קלויזנבורג ומגדולי תומכי מוסדות דושינסקיא, בראשות פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.


נאכפאלגנדיג די מאסיווע רענאוואציע פראיעקט איבערצובויען און פארברייטערן דעם היכל ביהמ"ד הגדול און אלע שטאקן ארום, האט מען בסיעתא דשמיא זוכה געווען צו באנייען דעם פראכטפולן היכל התורה וואס איז פאדאפלט געווארן מיט נאך הונדערטער זיצן, אהערגעשטעלט כראוי וכיאות פאר די הונדערטער לומדים צו קענען עוסק זיין בתורה מתוך שלוות הנפש והרחבת הדעת.


דער נייער היכל "היכל מרדכי אהרן גאמבא" ווערט גערופן על שמו ולזכותו פונעם נדיב וועלכער האט שוין מיט זיבעצן יאר צוריק געהאט די זכיה מנדב צו זיין דעם היכל התורה, און איז אצינד ווידער קעגנגעקומען מיט אן אנסטראנאמישע סכום מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה.


דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן אינאיינעם מיט די סעודת הילולא קדישא פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע, וואס קהילה קדושה דושינסקיא איז געבויט אויף זיין הייליגע יסודות.


אלס יושב ראש המעמד האט געדינט דעם רבי'נס איידעם הגאון רבי שמואל זלמן שפיטץ שליט"א רב ק"ק דושינסקיא אין הר יונה, און עס איז געהערט געווארן הערליכע דרשות בשבח הנדיב ומענייני דיומא פונעם מגיד מישרים הגאון רבי נפתלי גרוס שליט"א, הגה"צ רבי סיני הלברשטאם שליט"א גאב"ד צאנז שיכון ג', אבד"ק דושינסקיא בית שמש, און דער ברודער פונעם נדיב הגאון רבי צבי גאמבא שליט"א ראש כולל מאקאווא אין בני ברק. 


א גאר התרגשות'דיגער מאמענט איז געווען ווען עס איז איבערגעגעבן געווארן פארן נדיב ר' מרדכי אהרן הי"ו א גאר זעלטענע מתנת קודש מטעם "וועד קרן הבנין דושינסקיא" - דער ארגינעלער נר תמיד הענג לייכטער וואס האט יארן לאנג געברענט בהיכל קדשו פונעם חתם סופר זי"ע אין פרעשבורג, און דער נדבן האט דערין געצינדן די נר תמיד במעמד קהל ועדה.


דער הויכפונקט פונעם מעמד איז געווען די דברות קודש וואס מען האט זוכה געווען צו הערן פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכע האט מאריך געווען במשנתו פונעם בעל ההילולא זי"ע, און ארומגערעט בשבח הנדבן און די די געוואלדיגע קול תורה ותפילה וואס קומט ארויס פון דעם היכל. נאך די דברות קודש האט זיך דער גאנצער ציבור ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד לכבודה של תורה.


מיטן בענטשן האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם נדיב ר' מרדכי אהרן הי"ו. נאכן בענטשן איז דער נדבן מכובד געווארן צו פארטיילן די חודש'ליכע תמיכה פאר די הונדערטער חברי ורבני מרכז הכוללים תרביצ"א דושינסקיא זייענדיג פון די מחזיקי ועמודי הכולל.



תגובות


bottom of page