גראנדיעזע צוזאמקום אין לאנדאן לרגל פתיחת הזמן בראשות זקן ראשי הישיבות באייראפע הגאון האדיר ר' אברהם גורביץ שליט"א
זונטאג פ' נח • ל' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: Hive productions
א זעלטענע מאנעפיסטאציע פון כבוד התורה האט זיך אפגעשפילט פארגאנגענעם דאנערשטאג אין עיר הבירה לאנדאן ביים גרויסן מעמד פתיחת הזמן פאר אלפי בני הכוללים ובחורי חמד לומדי תורה, אין שפיץ פונעם אורח הדגול הגאון הגדול רבי אברהם גורביץ שליט"א ראש ישיבת געיטסהעד, וואס איז פארגעקומען אין זאל פון יסודי התורה אין לאנדאן.
דער מעמד איז אפגעהאלטן געווארן אין צוזאמענהאנג מיטן הסייתדות פונעם כולל הנחמדים אין שטאט לאנדאן, אונטער די נעץ פון כוללים וואס זענען געגרינדעט געווארן אין לויף פון די לעצטע יארן צווישן די שטעט אין ענגלאנד אנגעהויבן אין געיטסהעד דערנאך אין מאנשטעסטער, אין אצינד אין לאנדאן שאפנדיג א לגיון של מלך פון הונדערטער יושבי אהל וואס זענען זיך ממת באהלה של תורה אין די חשובע מקומות תורה תחת דגלו פונעם ראש הישיבה שליט"א.
שוין א וויילע בעפאר מען האט אנגעהויבן די מעמד, זענען שוין געווען פארזאמלט אינעם פיל געפאקטן זאל, שווערע טויזנטער תושבי העיר יונג און אלט פון חסידישע און ליטווישע קרייזן צוגלייך.
נאך די פתיחת המעמד וואס איז איבערגעגעבן געווארן דברי פתיחה דורך הרה"ג רבי חיים פנחס מיללער שליט"א אבד"ק טשערנאביל לאנדאן, האט מען בחרדת קודש מקבל פנים געווען דעם גרויסן גאסט, זקן ויושב בישיבה הגאון האדיר רבי אברהם גורביץ שליט"א וואס איז ספעציעל געקומען צופארן פון געיטסהעד צו באשיינען די מעמד לכבוד התורה ולומדיה, דער ראש הישיבה איז ערשינען אינעם זאל שלובי יד מיטן ראב"ד דמתא הגאון הגדול רבי אהרן דוד דוננער שליט"א, זיין איידעם הגאון רבי ניסן קאפלאן שליט"א ראש ישיבת דעת אהרן, תלמידו כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן שליט"א און נאך רבנים חשובים, ווענדיג פייערליך ענטפאנגען בשירה וזמרה דורכ'ן ציבור האלפים.
אין לויף פונעם אוונט האט דער ראש הישיבה באגריסט די צענדליגער רבני העיר וועלכער האבן זיך משתתף געווען ביים מעמד, ובראשם כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א.
א שיינע דרשה איז דאן געהערט געווארן דורך הרה"ג רבי מנשה אייכנשטיין שליט"א ר"מ בית בישיבת בית התלמוד, און נאכדעם האט מען געהערט דעם דרשת נואם הכבוד דורך דעם באקאנטן פה מפיק מרגלית הגאון רבי יצחק מאיר שטערנבוך שליט"א ר"מ בישיבת מיר וועלכער איז ספעציעל געקומען צופארן צו אדרעסירן די מעמד אויפן איינלאדענונג פונעם ראש הישיבה.
אין זיין דרשה נלהבה האט ער ארויסגעברענגט אז מען איז דא פארזאמלט נישט בלויז פאר כבוד התורה נאר פאר בנין התורה ובנין העולם, ווען מען טוט אוועקשטעלן תורה אויף א פארנעם וואס אייראפע האט נישט געזעהן זיינס גלייכן זינט דעם ביטערן חורבן אייראפע.
דאן האט מען זוכה געווען צו הערן די דברי אלקים חיים פונעם ראש הישיבה, פלאם פייערדיגע דברי התחזקות אויף לימוד התורה, און דברי הדרכה וואס איז נוגע פאר בני תורה צום נייעם זמן החורף.
דערנאך האט הגה"צ אבד"ק פשעווארסק לאנדאן שליט"א איבערגעגעבן די ברכת הקודש וואס מר אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א האט געשיקט צום מעמד לכבוד תורתו הרמה פון ידידו ורעו דער ראש הישיבה שליט"א. צום לעצט האט אויפגעטרעטן מיט דברי נעילה הגאון רבי ניסן קאפלאן שליט"א ראש ישיבת דעת אהרן, בחיזוק לימוד התורה.
בקול אדיר וחזק האט מען דאן זוכה געווען צו הערן קבלת עול מלכות שמים דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א, און דערמיט איז דער מעמד געשלאסן געווארן מיט גאר פייערליכע ריקודין לכבוד התורה.

































תגובות