ביהמ"ד החדש דחסידי סטאניאסלאוו אין מאנסי באנייט געווארן לקראת יום טוב ראש השנה העעל"ט
דאנערשטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

ברוך מרחיב גבולות, האבן פילצאליגע אידן חסידים ואנשי מעשה מיטגעהאלטן די תפלות און טישן במשכ'ן יום טוב ראש השנה העעל"ט בצל כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א אין מאנסי, אינעם נייעם היכל ביהמ"ד וואס איז אויפגעבויט געווארן לשם ולתפארת.
ווי שוין באריכטעט מיט א צייט צוריק, איז אונטערגענומען געווארן דער גרויסער פראיעקט מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה פונעם סטאניסלאווער ביהמ"ד אין מאנסי, וועלכע איז במשך דעם גאנצן יאר א תל תלפיות פאר פילצאליגע אידן וואס שטראמען כסדר צו די תפלות און טישן בצלו פון כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א.
דער סטאניסלאווער ביהמ"ד אין מאנסי איז פון די עלטסטע חסיד'ישע בתי מדרשים אין די שטאט, ווערנדיג נתייסד דורך כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו זצ"ל זון פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מזוטשקא זצוק"ל, וחתן כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל חקל תפוחין מקאלוב זצוק"ל.
מיט א צייט צוריק האבן די געטרייע עסקנים וחברי הנהלת ביהמ"ד זיך אריינגעלאזט דעם פראיעקט, מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה פונעם ביהמ"ד. דער ביהמ"ד איז אויף דערווייל אריבערגעפירט געווארן צום בנין פון די סטאניסלאווער ישיבה, און דער בנין ביהמ"ד איז גענצליך איינגעווארפן געווארן, סותר על מנת לבנות צו קענען אויפבויען דעם נייעם ביהמ"ד לשם ולתפארת.
חפץ ה' בידם הצליח צו קענען אויפבויען דעם ביהמ"ד אין גאר א קורצע צייט אפשניט פון געציילטע חדשים, און אצינד לקראת דעם הייליגן יו"ט ראש השנה איז דער ביהמ"ד שוין באנייט געווארן לשמחת לבבם פון די פילצאליגע באי בית ה' וואס האבן געקענט מיטהאלטן די תפלות און טישן מיט הרחבת הדעת.
אין די טעג נאך די ימים טובים וועט פארגעזעצט ווערן דער מלאכת הבנוי', גומר צו זיין דעם ביהמ"ד מיטן גאנצן פראכט ווי עס פאסט זיך פאר אזא שיינעם מקום תורה ותפלה.











תגובות