top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות צום פתיחת שערים פון ביהמ"ד החדש דחסידי ראחמיסטריווקא אין אוקענוויין דעם א' סליחות

  • לפני 5 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ"א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך חסידי ראחמיסטריווקא אין שכונת אוקענוויין, צום פתיחת שערים פונעם בנין החדש והמפואר פון די קהלה, וואס וועט אי"ה באנייט ווערן מיט די תפלות פונעם גרויסן טאג א' דסליחות הבעל"ט.


דער רחמיסטריווקער ביהמ"ד בשכונת אוקענוויין אין לעיקוואוד, איז א תל תלפיות פאר פילצאליגע אידן וואס קומען כסדר זיך מסתופף צו זיין בצלו פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא-אוקענוויין שליט"א, בנו הצעיר פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוק"ל, וחתן יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א (לרפו"ש), וועלכער איז עומד בראש העדה און איז מאציל מהודו ביי די ווארעמע תפלות און ליכטיגע טישן כדרך אבותיו הק'.


במשך די יארן האט די קהלה זיך כסדר צוברייטערט און פארגרעסערט, און דער ביז-איצטיגער ביהמ"ד איז שוין צר מהכיל דעם גרויסן ציבור בליעה"ר וכ"י פון אידן וואס שטראמען כסדר פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן די ווארעמע תפלות און טישן בצלו פונעם רבי'ן שליט"א.


מיט עטליכע יאר צוריק האט די קהלה אונטערגענומען דעם גרויסן פראיעקט, אויפצובויען א שיינעם נייעם בנין רחבת ידים, און מיט התרגשות דערמאנט מען זיך די געהויבענע זכי' וואס די געגענט האט געהאט, ווען כ"ק אדמו"ר מרחמיסטריווקא זצ"ל איז בערוב ימיו הטהורים געקומען לייגן דעם אבן הפנה פונעם נייעם ביהמ"ד, וואס האט איבערגעלאזט דעם רישומא דקדושה וואס שפירט זיך אויף דעם מקום קדוש.


דורכאויס די לעצטע יארן איז דער ביהמ"ד געבויט געווארן, און מ'האט כסדר ארויסגעקוקט אויף דעם גמר הבנין, צו קענען באנייען דעם ביהמ"ד, צו לינדערן דעם ענגשאפט אין פלאץ וואס שפירט זיך אינעם איצטיגן ביהמ"ד.


חפץ ה' בידם הצליח האט מען אין די טעג שוין ב"ה זוכה געווען צו פארענדיגן דעם בנין, און קומענדיגן מוצש"ק כחצות הלילה וועט דער ביהמ"ד באנייט ווערן מיט אמירת הסליחות דורך כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא אוקענוויין שליט"א צוזאמען מיט די פילצאליגע באי בית ה' וועלכע וועלן מיטהאלטן דעם התרגשות'דיגן מאמענט.


לרגל דעם פתיחת שערים פונעם נייעם ביהמ"ד, האט כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא אוקענוויין שליט"א קורא שם געווען אויפ'ן ביהמ"ד מיטן נאמען "אור יצחק" על שמו ולזכרו פון זיין גרויסן פאטער כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוק"ל, מיט דער האפענונג אז זכותו הגדול וועט באגלייטן צו גיין אין די געהויבענע דרכים, און אז די תפלות וואס מ'וועט מתפלל זיין אין דעם ביהמ"ד זאל נתקבל ווערן לרחמים ולרצון לפני אדון כל.


אין די טעג ווערן אויסגעארבעט די פלענער פאר די סדרי המנינים בימות החול און אלע אנדערע איינריכטונגען פון דעם נייעם ביהמ"ד, וואו די תפלות און טישן וועלן אנגיין במשך די קומענדיגע ימים טובים און נאכפאלגענדע שבתים דורכאויס דעם יאר.

תגובות


bottom of page