דראסטישע שדכנות-הוספה דורך הנגיד ר' ליפא פריעדמאן פאר שידוכים אויסגעפירט ביי תלמידי מתיבתא תורה ויראה דסאטמאר
- לפני 5 ימים
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' ראה • כ' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין א קוועלנדע שטימונג איז אויפגענומען געווארן בקרב די תלמידי הישיבה "מתיבתא תורה ויראה דסאטמאר" המתנוסס לתפארה אין שטאט מאנסי, איבער א פרישע דראסטישע הוספה אין דמי שדכנות פראקלאמירט דורכ'ן בארימטן סאטמארער פילאנטראפ ובונה ומקים עולמות של תורה, הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו, וועלכער איז מוסיף א פרישע צוויי טויזנט דאלאר שדכנות פאר יעדן שידוך אויסגעפירט ביז דעם קומענדיגן סוכות.
די מודעה משמחת איז געמאלדן געווארן פארלאפענע וואך אין שטאט קערעסטיר אונגארן, דורך הגה"צ ר' יעקב בער טייטלבוים שליט"א אבד"ק סיגוט, אינעם הויכפונקט פון די גייסטרייכע נסיעה למקומות הק' אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
דער סיגוטער רב שליט"א, וואס עינו ולבו כל הימים פאר די הצלחה פון די תלמידים, האט פארלאפענעם יו"ט פורים, ביי די סעודה לכבוד יום וואס ער האט געפראוועט צוזאמען מיט די תלמידים, געברענגט די פרייליכע בשורה איבער אן אסטראנאמישער פראיעקט וואס הנגיד ר' ליפא פריעדמאן האט גענומען אויף זיך, און וועט פערזענליך שענקען דעם סכום פון $5,000 פאר יעדן שדכן וואס וועט אויספירן א שידוך פאר תלמידי המתיבתא, ביז דעם קומענדיגן יאר פורים שנת תשפ"ז.
דאס איז אויסער די שדכנות געלט פון ביידע צדדים, און דערמיט איז פארשטארקט געווארן די מאטיוואציע ביי שדכנים און בכלליות ביי סאטמארער חסידים וועלכע האבן זיך זינט דאן אריינווארפן אין די ארבעט און פרובירן אויסצופירן ווי מער שידוכים בקרב תלמידי המתיבתא.
אצינד, אין ברען די ימי אורה ארומפארנדיג לעורר רחמים לקדושים אשר בארץ המה, ווען עס איז ביום המסוגל לשידוכים, חמשה עשר באב, אפגעראכטן געווארן דער גראנדיעזער "סיום הש"ס", אויפ'ן סדר לימוד כל הש"ס כולה, דורך אלע תלמידים צוזאמען, האט דער רב שליט"א געמאלדן דעם תוספות ברכה, וואס ר' ליפא האט זיך אונטערגענומען טעלעפאניש, אז ער איז מוסיף א פרישע 2 טויזנט דאלאר, וואס באטרעפט אינאיינעם א גאר הערליכע סומע פון "7 טויזנט דאלאר", פאר יעדן שידוך וואס ווערט אויסגעפירט ביז דעם קומענדיגן יו"ט סוכות, בנוסף צו די געווענליכע דמי שדכנות וואס דער שדכן באקומט פון די מחותנים.
באזונדער האט דער רב שליט"א געמאלדן אז דער נדיב ר' ליפא שענקט פאר יעדן בחור א הערליכע מתנה למזכרת פונעם סיום הש"ס, די ניי-איבערגעדרוקטע "זמירות דברי יואל", וואס ווערט פארטיילט פאר אלע בחורים משתתפי הנסיעה.





תגובות