top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מאלכסנדר באזוכט בקרב חסידיו אין נייעם חרדישן ישוב עמנואל

לפני 36 דקות
זמן קריאה 1 דקות

מוצאי יום הקדוש תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: ארי קופערשטאק,JDN

פארלאפענע וואך, שבוע שחל בו ראש השנה, איז כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א אנגעקומען אויף א געהויבענעם באזוך אינעם נייעם חרדי'שן ישוב עמנואל, וואו חסידי אלכסנדר האבן, ווי באריכטעט, מייסד געווען א קהילה נאה וחסידה וואס האט זיך שנעל צעבליט און צעוואקסן בלי עין הרע, און ציילט שוין קרוב צו פערציג משפחות בלי עין הרע.


דער רבי שליט"א איז אנגעקומען אין שטאט אויפצונעמען די חסידים תושבי המקום לקראת די הייליגע טעג, אין די ראמען פון די מסעות קודש וואו דער רבי איז ארומגעפארן צווישן די שטעט אין ארץ ישראל אויפצונעמען די חסידים בכל עיר ועיר. ביים אנקומען אין שטאט איז דער רבי צוערשט פארגעקומען צום שטח הבנייה פון די נייע אלכסנדר שטיבל, וואס גאלאפירט מיט א שנעלן טעמפא אויפצובויען א גענצליך נייע בית המדרש פאר די חסידים אין שטאט, האלטנדיג שוין ביי די לעצטע פאזעס צו פארענדיגן דעם בנין. דער רבי האט זיך דארט אומגעקוקט א לענגערע וויילע און אנגעוואונטשן די עסקנים ברכות לרוב.


דערנאך איז דער רבי צוגעפארן צום צייטווייליגן אלכסנדר שטיבל, וואו דער רבי האט א לענגערע צייט אויפגענומען די חסידים און בני ביתם, און דערנאך געדאוונט מעריב. נאך מעריב האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן א לחיים טיש אינאיינעם מיט'ן מעמד פתיחת כולל ההוראה דחסידי אלכסנדר, וועלכער האט זיך געעפנט דעם יעצטיגן אלול זמן אין שטאט, און דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש.



תגובות


bottom of page