top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכע שבע ברכות בחוצות ירושלים באשיינט דורך האד' מצאנז קלויזענבורג לכבודו פון הנגיד החסיד ר' אליהו שלאסבערג הי"ו

  • לפני 4 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א וועלכער איז צוגאסט די טעג אין עיה"ק ירושלים האט פארלאפענעם ליל שישי באשיינט בראש השמחה ביים שמחת השבע ברכות פונעם חתן א זון פון הנגיד החסיד רבי אליהו שלאסבערג שליט"א כאות הוקרה והערכה פאר'ן חשובן נגיד וועלכע לאזט זיך קאסטן סכומים אדירים לטובת מוסדות הקדושים דחסידי צאנז קלויזענבורג און איבערהויפט פאר די צענטראלע בניני המוסדות אין ארצינו הקדושה ההולכים ונבנים לשם ולתפארת.


די שמחת השבע ברכות איז פארגעקומען אין א פראכטפולן האטעל אין די ליפתא געגנט בשערי ירושלים עיה"ק, צוגעשטעלט דורך בנן של קדושים הרב דוד ווייס שליט"א זון פונעם רבינס שוואגער הגה"צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א, לכבודו פונעם חשוב'ן נדבן וועלכע שטייט לאנגע יארן לימינו פונעם קרית צאנזער רב, און עס זענען געלאנדט געווארן צום שמחה די פילע ידידים און בני משפחתו פונעם נדבן, און אזוי אויך אלע קינדער און אייניקלעך פון גאב"ד קרית צאנז ירושלים, און די מקורבים און באי ביתו פונעם רבי'ן שליט"א.


דער רבי שליט"א איז ערשינען צום שמחה וואס איז געווען אנגעגרייט ברוב פאר והדר אינעם הויף פונעם האטעל אויף א גאר עלעגאנטע און מלכות'דיגע פארנעם, מיט א הערליכ'ן זיכט צו די ירושל'ימע בערג, און עס איז געווען צוגעגרייט א רייכע סעודה כיד המלך פאר אלע איינגעלאדנטע. דער רבי שליט"א איז אויפגענומען געווארן ביים אריינגאנג דורכ'ן חשובן נדבן דער בעל שמחה, און האט מיטגעהאלטן די גאנצע שמחה מרישא ועד גמירא פאר גאנצע דריי שעה כשהמלך במסיבו.


דער רבי האט אפגעראכטן א שולחן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די חתן און מחותנים און אלע פארזאמלטע, און זיך צוגעהערט צו די דרשות פון הגאון החסיד רבי לייבוש קארניאל שליט"א ראש הכוללים דבעלזא, פונעם שוואגער הגה"צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א, און פון הגה"ח ר' חיים שלום דייטש שליט"א מגדולי משפיעי חב"ד, זיידע מצד הכלה וואס האט אויפגעטרעטן מיט טיפע מאמרים במשנת ובדרך חב"ד.


דער רבי שליט"א האט דערנאך משמיע געווען מדברות קדשו פאר ארום פערציג מינוט בדברי תורה מעניני הפרשה און בסיום דבריו מרחיב געווען בשבחו פונעם חשובן בעל שמחה הנגיד רבי אליהו וועלכע איז א תומך תורה, און איז א מצוין בשלושת עמודי העולם תורה, עבודה און גמילות חסידים, און פארמאגט אין זיך א געוואלדיגע תשוקה מרבה צו זיין תורה אויף די וועלט, און דערביי אנגעוואנטשן דעם נדבן ובני משפחתו מיט ברוב ברכות.


דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט אויף א ריקוד של שמחה מיט די חתן און מחותנים, און נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות, ברכה אחריתא האט געזאגט הגה"צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א, ביים ענדע האט מען זיך ווידער ארויסגעלאזט אין פרייליכע ריקודין אין צענטער פונעם הויף, דער רבי האט געוואנטשן חתן וכלה און פארלאזט דעם ארט אויפן וועג צוריק צום בית האכסניא אין די גבעת המבתר געגנט.



תגובות


bottom of page