top of page
ווידיאו • עפל טיש מוצאי שמחת תורה בחצר הקודש צאנז קלויזענבורג
מיטוואך פרשת בראשית - כ"ו תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש


שִׂמְחוּ נָא, בְּשִׂמְחַת הַתּוֹרָה • יום טוב סוכות און שמחת תורה בצל כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א
דינסטאג פרשת בראשית - כ"ה תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לענטשעווסקי


ווידיאו • אושפיזין טיש בחצר הקודש צאנז קלויזענבורג
דינסטאג חול המועד סוכות • י''ח תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש קרעדיט: אחים לענטשעווסקי


וְיוֹם טוֹב הָיָה עוֹשֶׂה בְּצֵאתוֹ • ערב און מוצאי יום הקדוש בחצר הקודש צאנז קלויזענבורג
מאנטאג חול המועד סוכות • י''ז תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לענטשעווסקי


ירושלים: דעלעגאציע פון כולל חבת ירושלים אויפגענומען מיט גרויס כבוד והערצה ביי האד' מצאנז קלויזענבורג נשיא הכולל
דאנערשטג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער פארגאנגענעם וואך, איידער כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א האט פארלאזט ארצינו הקדושה, איז אנגעקומען אויף א באזוך אינעם רבינס אכסניא אין די גבעת המבתר געגנט אין ירושלים, א משלחת נכבדה פון רבני והנהלת כולל חבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס, לכבוד די גרויסע חלוקה וואס ווערט פארטיילט אין די יעצטיגע ימים טובים סעזאן פאר טויזנטער נויטבאדערפיגע משפחות אין ארץ ישראל. אין שפיץ פונעם דעלעגאציע איז געווען


לבקש תחינה: האד' מצאנז קלויזענבורג אויף א מעמד תפילת רבים ביים שריד בית מקדשינו בראש קהל חסידיו
מוצאי ראש השנה תשפ"ז | בחצרות הקודש דעם מאנטאג נאכט שבוע שחל בו ראש השנה, באשמורת הבוקר ארום פיר אזייגער פארטאגס איז כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א אנגעקומען בראש קהל חסידיו אויף א מעמד תפילת רבים ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי לבקש תחינה על עמך בית ישראל אריינטרעטנדיג אין די ימי הרחמים והסליחות הממשמשין ובאין. אנקומענדיג מול מקום המוקדש האט דער רבי שליט''א געריסן קריעה, דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב אינעם אינעווייניגסטן טייל פונעם כותל וואו עס האט געדי


ווידיאו • האד' מצאנז קלויזענבורג איז מתפלל ביים שריד בית מקדשינו הכותל המערבי
דינסטאג פ' האזינו • כ"ה אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש


מאסן חסידי קלויזענבורג און אנשי ירושלים האבן מיטגעהאלטן סליחות ראשונות בצל האד' מצאנז קלויזענבורג
מאנטאג פ' האזינו • כ"ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר מיט א התעוררות דקדושה האבן שווערע הונדערטער חסידי צאנז קלויזענבורג און תושבי ארצינו הקדושה מיטגעהאלטן דעם סדר אמירת הסליחות בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א, אריינטרעטנדיג אין די ימי הרחמים והסליחות אויף א געהויבענעם שטייגער. ווי געמאלדן האט דער רבי שליט"א היי-יאר אנדערש ווי געפלאנט געזאגט די סליחות ראשונות במוצאי מנוחה בקרתא דשופריא ירושלים עיר הקודש, זייענדיג א זעלטענע געלעגנהייט פאר ד


עכבו עלי יום אחד: האד' מצאנז קלויזענבורג וועט זאגן די סליחות ראשונות אין עיה״ק ירושלים ברוב עם הדרת מלך
דינסטאג פ' נצבים וילך • י"ט אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט גרויס פרייד און התרגשות האבן חסידי צאנז קלויזענבורג אין ארצינו הקדושה אויפגענומען די בשורה טובה ומרנינה, אז כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א וועט פארבלייבן אין ארץ ישראל און וועט אי"ה זאגן די סליחות ראשונות במוצאי מנוחה, דעם קומענדיגן זונטאג פארטאגס, אין עיה"ק ירושלים, ברוב עם הדרת מלך. דאס קומט נאך מערערע הפצרות פון די חסידים אין ארץ ישראל, וועלכע האבן שטארק מפציר געווען ביים רבי'ן שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אוי


הערליכע שבע ברכות בחוצות ירושלים באשיינט דורך האד' מצאנז קלויזענבורג לכבודו פון הנגיד החסיד ר' אליהו שלאסבערג הי"ו
דאנערשטאג פ' כי תבא • י''ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א וועלכער איז צוגאסט די טעג אין עיה"ק ירושלים האט פארלאפענעם ליל שישי באשיינט בראש השמחה ביים שמחת השבע ברכות פונעם חתן א זון פון הנגיד החסיד רבי אליהו שלאסבערג שליט"א כאות הוקרה והערכה פאר'ן חשובן נגיד וועלכע לאזט זיך קאסטן סכומים אדירים לטובת מוסדות הקדושים דחסידי צאנז קלויזענבורג און איבערהויפט פאר די צענטראלע בניני המוסדות אין ארצינו הקדושה ההולכים ונבנים לשם ולתפארת. די שמחת השבע ברכות


האד' מצאנז קלויזענבורג באזוכט במעונו פון גיסו גאב"ד קרית צאנז ירושלים
מאנטאג פ' כי תבא • י''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א וועלכער וויילט אין ארצינו הקדושה, איז דעם דאנערשטאג אינדערפרי אנגעקומען קיין קרית צאנז ירושלים אויף א באזוך ביי גיסו כ"ק גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א, וואו ס'זענען אנוועזנד געווען די בני המשפחה, און עס ארומגעשמועסט געווארן בעניני השעה איבער די ביטערע גזירת הגיוס המרחפת אויף די לומדי התורה אין ארץ ישראל, און נאך פארשידענע ענינים, מנהגים און נוסחאות פון די ימי הרחמים והסליחות, און זכרונות מי


ווידיאו • האד' מצאנז קלויזענבורג באזוכט ביים ראשון לציון הגאון רבי משה שלמה עמאר שליט"א אין ירושלים
פרייטאג פ' כי תצא • ח' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש


בראש המסובין: האד' מצאנז קלויזענבורג באשיינט ביים חתונה בבית מקורבו ואיש אמונו הנגיד ר' עזריאל טויבער הי"ו אין בני ברק
דינסטאג פ' כי תצא • ה' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר נעכטן מאנטאג אוונט האט כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א מופיע געווען בהדרת קדשו אין עיר התורה והחסידות בני ברק, צו באשיינען די חתונה פון אן אייניקל ביי מקורבו ואיש אמונו הנגיד החסיד ר' עזריאל טויבער הי"ו, די כלה א טאכטער פון זיין איידעם הרה"ג רבי נפתלי גלאנץ שליט"א רב דק"ק חסידים אלעד מיטן חתן א זון פון הרה"ג יצחק יעקב האפפמאן שליט"א ר"מ בישיבת מכנובקא בעלזא. די חתונה איז פארגעקומען אין די הדודאים זאל


פילע הונדערטער ביי לויות פון הרה"ג ר' צבי זאב בערגער זצ"ל דומ"ץ בק"ק צאנז קלויזענבורג ומגדולי מורי הוראה אין ב"פ
מאנטאג פ' כי תצא • ד' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אחים לענטשעווסקי פילע חסידי צאנז קלויזענבורג, בני המשפחה און גוטע פריינד האבן פארלאפענעם ליל שישי באגלייט למנוחת עולמים האי גאון וצדיק הגאון רבי צבי זאב בערגער זצ"ל, דומ"ץ חסידי צאנז קלויזענבורג, וועלכער איז פאריגע וואך דינסטאג ליידער טראגיש אוועקגעריסן בדמי ימיו, שקעה חמה שלא בעונתה אין בליענדן עלטער פון בלויז דריי און פערציג יאר, זייענדיג אויף אפרוה אין שווייץ, איבערלאזנדיג די קהילה קדושה און פילע תלמידים ושומעי


נועם הנשמות: האד' מצאנז קלויזענבורג געפראוועט שבת עילאה אין עיר הקודש צפת מיט קהל חסידיו פון ארה"ק
זונטאג פ' כי תצא • ג' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט אויסטערלישע התרוממות הנפש האבן הונדערטער חסידי צאנז קלויזענבורג תושבי ארצנו הקדושה, זוכה געווען מיטצולעבן דעם געהויבענעם שבת שכולו אורה בצילא דמהימנותא פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א אין עיר הקודש צפת. לכבוד דעם גרויסן שבת איז ארויסגעדינגען געווארן דעם ריזיגן "תומר דבורה" קאמפלעקס, וואו עס זענען אהערגעשטעלט אכסניות פאר די הונדערטער געסט צו קענען איינשטיין מיט הרחבת הדעת, צוזאמען מיט א רחבות'דיגן היכל ביהמ"ד און היכ


צהלי ורוני יושבת ציון: חסידי צאנז קלויזענבורג אין ארץ ישראל מקבל פנים געווען האד' מצאנז קלויזענבורג בשערי ארה"ק
דאנערשטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר בברכת רבא דעמי מדרבנא דאומתי בריך מתייך לשלם, האבן חסידי צאנז קלויזענבורג מקבל פנים געווען פני קדשו פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א, ביים אנקומען בשערי ארצינו הקדושה, צום געהויבענעם באזוך בקרב עדת חסידי צאנז קלויזענבורג תושבי ארה"ק. דינסטאג נאכט ווען דער רבי האט פארלאזט ביתו נאוה קודש אין מחנה צאנז אין וואדבארן, וואו דער רבי האט געוויילט דורכאויס די זומער וואכן, האבן די תלמידי ותושבי המחנה ארויסב


האד' מצאנז קלויזענבורג וועט פראווען גרויסער שבת אין עיה"ק צפת מיט הונדערטער חסידים
מיטוואך פ' שופטים • כ''ט אב תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי צאנז קלויזענבורג תושבי ארצנו הקדושה ציילן שוין די שעות מקבל זיין פני מלכם ומאורם כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א וואס צופארן מחונן זיין עפר ארץ הקודש מחזק צו זיין קהל עדת צאן מרעיתו וואס קוקן ארויס בכליון עיניים זיך מסתופף צו זיין בצל הקודש בקירוב מקום ובקירוב לבבות. דער רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן ממעון קדשו אין בארא פארק היינט מיטוואך מיטאג, און איז ערווארטעט צו לאנדן אינעם לוד לופטפעלד מארגן דאנערשטאג אין די פארט


טראגעדיע: הרה"ג רבי צבי זאב בערגער זצ"ל דומ"ץ צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק נפטר געווארן אין שווייץ
דינסטאג פ' שופטים • כ''ח אב תשפ"ו | בחצרות הקודש שאקירנדע נייעס איז אויפגענומען געווארן יעצט נאכמיטאג ביי חסידי צאנז קלויזענבורג על שמועה רעה כי באה איבער די פלוצימדיגע און פריצייטיגע פטירה פון האי גאון ומרביץ תורה, מגדולי המורים הרה"ג רבי צבי זאב בערגער זצ"ל, דיין ומורה צדק דקהל צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק, וועלכער האט היינט דינסטאג נאכמיטאג פלוצים מחזיר געווען נשמתו ליוצרה אין בליענדן עלטער פון בלויז 43 יאר, זייענדיג אויף אפרוה אין שטאט ציריך, שווייץ. דער דיין זצ"ל איז ג


ובאו ציון ברנה: האד' מצאנז קלויזענבורג וועט אונטערנעמען מסע הקודש קיין ארה"ק
מאנטאג פ' שופטים • כ''ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש מיט איבערגיסענדע רגשי הלב האבן חסידי צאנז קלויזענבורג אין ארצינו הקדושה אויפגענומען די בשורה מרנינה וואס איז נארוואס געמאלדן געווארן מטעם בית כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א, אז די רבי שליט''א גרייט זיך די וואך אונטערצונעמען א היסטארישע און אומגעראכטענע מסע קודש קיין ארץ ישראל, צו באזוכן די קהילות הקודש דחסידי צאנז קלויזענבורג, זייענדיג א געלעגנהייט פאר די חסידים זיך מסתופף זיין בצל הקודש בקירוב מקום, און דערביי אריינגיין אל


עַפְעַפֵּינוּ יִזְּלוּ מָיִם • תשעה באב בצל האד' מצאנז קלויזענבורג אין מחנה צאנז - וואודבורן
דינסטאג פ' עקב • י"ד אב תשפ"ו | בחצרות הקודש


bottom of page

