top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נועם הנשמות: האד' מצאנז קלויזענבורג געפראוועט שבת עילאה אין עיר הקודש צפת מיט קהל חסידיו פון ארה"ק

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 3 דקות

זונטאג פ' כי תצא • ג' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט אויסטערלישע התרוממות הנפש האבן הונדערטער חסידי צאנז קלויזענבורג תושבי ארצנו הקדושה, זוכה געווען מיטצולעבן דעם געהויבענעם שבת שכולו אורה בצילא דמהימנותא פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א אין עיר הקודש צפת. לכבוד דעם גרויסן שבת איז ארויסגעדינגען געווארן דעם ריזיגן "תומר דבורה" קאמפלעקס, וואו עס זענען אהערגעשטעלט אכסניות פאר די הונדערטער געסט צו קענען איינשטיין מיט הרחבת הדעת, צוזאמען מיט א רווח'דיגן היכל ביהמ"ד און היכל השולחנות, ווי אויך צוויי ברייטע זאלן פאר די סעודות און צרכי הציבור מבואו ועד צאתו.


ערב שבת קודש אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין די אכסניא בבית משפחת פישער, וואס האט זיך פארצויגן פאר לענגערע שעות בדביקות עילאה. ביי הלל האט דער רבי שליט"א מוציא געווען דעם גאנצן ציבור מיט די ברכה, נאכדעם וואס מנהג המקום אין צפת איז נישט צו זאגן הלל ראש חודש מיט ברכה.


גלייך נאך הלל, ווען עס איז שוין געווען קרוב צום זמן שקיעת החמה, האט דער רבי פארלאזט די אכסניא און אנגעקומען צום מתחם תומר דבורה וואו עס איז ספעציעל צוגערישט געווארן אן אכסניא מיט אלע געברויכן פארן רבי'ן איבער שבת.


נאך עטליכע מינוט איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו קריאת התורה און מוסף וואס איז צוגעגאנגען מיט גרויס זריזות, און גלייך נאך שמונה עשרה פון מוסף, ממש הארט פארן שקיעה, האט דער רבי געבלאזן שופר. נאכן דאווענען איז דער רבי ארויס אויף א קורצע הפסקה, און צום זמן רבינו תם איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, וואו עס האט געדאוונט פארן עמוד הגה"צ רבי שלמה האלבערשטאם שליט"א האדמו"ר מקאלשיץ בני ברק.


נאך קבלת שבת, ווען עס איז שוין געווען א שפעטע שעה, אום 10:30, האט מען אויסגערופן אז צוליב די שפעטע שעה וועט מען אריבערגיין שלום נעמען ביים רבי'ן ערשט נאכן טיש. ארום איינס אזייגער ביינאכט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום שולחן הטהור, וואו עס האט זיך אנגעזען א ריזן אנלויף פון פילע תושבי עיר הקודש צפת וואס זענען געקומען מיטהאלטן די עבודת הקודש.


דער רבי האט משמיע געווען דעם פלפול פאר קרוב צו א שעה צייט. מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען דעם שוואגער הגה"צ רבי פישל מוטצען שליט"א גאב"ד קרית הבעש"ט פתח תקוה. נאכן בענטשן איז דער גאנצער ציבור דורך שלום נעמען ווען דער רבי האט יעדן געוואונטשן במאור פניו, און ארום האלב נאך פיר, עטליכע מינוט פארן עלות, האט זיך דער רבי צוריקגעקערט צו זיין אכסניא.


ביום השבת ארום צוויי אזייגער נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית. נאכדעם וואס עס האבן זיך געמאכט געוויסע טעכנישע פראבלעמען מיט די לעקטער און עירקאנדישענס אין ביהמ"ד, האט זיך דער רבי געשטעלט דאווענען אויפן טעראסע, אבער נאך עטליכע מינוט, צוליב די שווערע היץ, האט איינגערישט דעם אולם הסעודות וואו מען האט ממשיך געווען דאס דאווענען וואס האט זיך פארצויגן פאר איבער פינף שעה ביז ארום זיבן אזייגער נאכמיטאג. נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, און דערנאך אריבער פראווען די סעודת שבת קודש אין אכסניא אינאיינעם מיט די משמשים בקודש.


אום דריי אזייגער פארטאגס איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום געהויבענעם שלש סעודות זייענדיג דער קלימאקס פונעם שבת. נאכן זינגען די זמירות האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דברי תורה וכיבושין, וואו דער רבי האט ארומגערעדט שטארק איבער די ימי הרחמים והרצון, און די גרויסע זכיה פון זיך געפינען אין עיר הקודש צפת. בפרט האט דער רבי זיך געוואנדן צו די געסט וואס זענען געקומען פון חוץ לארץ, אז מען דארף גוט אויסנוצן יעדער מינוט מיט תורה ועבודה און נישט זיין פארנומען מיט ארומלויפן וכדו'.


גלייך נאך שלש סעודות האט דער רבי געמאכט די ברכה פון בורא מאורי האש, זייענדיג שוין קרוב צום עלות השחר, און זיך געשטעלט אויף תפילת מעריב במתינות, נאכגעפאלגט מיט הבדלה ברוב עם. שוין נאך פינעף אזייגער פארטאגס האבן די חסידים געשלאסן דעם געהויבענעם שבת ווען דער רבי האט פארלאזט דעם מתחם תומר דבורה צוריק צו די אכסניא בבית משפחת פישער, בשעת דער גאנצער ציבור באגלייט דעם רבי'ן מיט ניגוני שמחה און מיט איבערגיסנדיגע הערצער מלא התרוממות וואס וועט אויף לאנג בלייבן איינגעקריצט אין זכרון.



תגובות


bottom of page