מאסן חסידי קלויזענבורג און אנשי ירושלים האבן מיטגעהאלטן סליחות ראשונות בצל האד' מצאנז קלויזענבורג
- לפני 12 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' האזינו • כ"ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
מיט א התעוררות דקדושה האבן שווערע הונדערטער חסידי צאנז קלויזענבורג און תושבי ארצינו הקדושה מיטגעהאלטן דעם סדר אמירת הסליחות בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א, אריינטרעטנדיג אין די ימי הרחמים והסליחות אויף א געהויבענעם שטייגער.
ווי געמאלדן האט דער רבי שליט"א היי-יאר אנדערש ווי געפלאנט געזאגט די סליחות ראשונות במוצאי מנוחה בקרתא דשופריא ירושלים עיר הקודש, זייענדיג א זעלטענע געלעגנהייט פאר די חסידים לשמוע אל הרנה ואל התפילה, ווען דער רבי שליט"א איז יורד לפני התיבה מיט א געוואלדיגן התלהבות כדרכו, און איז משמיע דעם דבר ה' ברמה די דרשת שמע קולינו ממעמקי לבו הטהור.
שוין פונעם באשטימטן זמן אום 5:00 אזייגער באשמורת הבוקר, איז דער גרויסער ביאלא בית מדרש אויף רחוב יעקובזון, בליץ-שנעל איבערגעפילט געווארן מקצה אל קצה מיט מאסן חסידים, בחורי חמד, חשובי ופני העדה און רבנים חשובים, בראשם דעם רבינ'ס שוואגער הגה"צ גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א.
נאך א פארשפעטיגונג פון ארום צוויי שעה, ארום 7:00 אזייגער צופרי, א קורצע וויילע נאכן פארענדיגן זיין עבודה פון שבת קודש, איז דער רבי ערשינען אינעם ביאלא ביהמ"ד צום אמירת הסליחות און יורד געווען לפני התיבה אויף די הויכע פלאטפארמע ביים ארון הקודש. אינעם גאנצן היכל האט זיך געהערט דעם רבינ'ס קול חוצב להבות אש ביים אויסלאזן די פיוטים במתינות און מיט א השתפכות הנפש.
צום הויכפונקט פאר שמע קולינו האט זיך דער רבי אראפגעזעצט ופניו כלפי העם און אנגעהויבן די דרשת התעוררות בקול חוצב להבות אש, וואס האט זיך פארצויגן קרוב צו צוויי שעה. דער רבי האט מעורר געווען מיט דברי התעוררות ומליצת יושר אויף אידישע קינדער, און דברי כיבושין מעורר זיין אויף מלכות שמים און בנין בית המקדש, און באזונדער ארומגערעט מעניני דיומא איבער ראש השנה שחל להיות בשבת און דברי התעוררות כהכנה דרבה צו די הייליגע טעג.
דער רבי האט באוויינט די ביטערע גלות אין וואס מיר געפינען זיך, דערמאנענדיג אז מען געפינט זיך אין ארץ הקודש און מען זעט ליידער די שפלות הנוראה, וואו עס איז נישט דא קיין רגע מנוחה, אין רגע בלא פגע, מיט די צרות און רדיפות פון די אומות העולם, און מיט די שווערע נסיונות ברוחניות, ווען מען זעהט ליידער וואו אידישע קינדער פון די שענסטע משפחות פאלן אוועק פונעם אידישן וועג, און דערביי מעורר געווען דעם ציבור לתשובה ותיקון המעשים. תיכף נאכן דרשה האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און אויסגעשריגן "שמע קולינו" בקול רעש גדול.
די עבודת הקודש האט זיך פארצויגן גאנצע דריי שעה נאכאנאנד, ווען דער בית מדרש איז געווען א חטיבה אחת פון התרוממות והתעלות אין א העכערע אטמאספערע.
נאך אמירת סליחות איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי פון כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א אין ביהמ"ד, וואו ער האט זיך שפעטער באגעגענט מיט כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א, וועם דער רבי האט זיך באדאנקט פארן אוועקגעבן דעם בית מדרש, און די אדמורי"ם האבן זיך געוואנטשן בברכת השנים. עס איז שוין געווען ארום 11:00 אזייגער צופרי ווען דער רבי האט זיך צוריקגעקערט צום אכסניא אין די גבעת המבתר געגנט אין ירושלים.


























תגובות