top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מצאנז קלויזענבורג באזוכט במעונו פון גיסו גאב"ד קרית צאנז ירושלים

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' כי תבא • י''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א וועלכער וויילט אין ארצינו הקדושה, איז דעם דאנערשטאג אינדערפרי אנגעקומען קיין קרית צאנז ירושלים אויף א באזוך ביי גיסו כ"ק גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א, וואו ס'זענען אנוועזנד געווען די בני המשפחה, און עס ארומגעשמועסט געווארן בעניני השעה איבער די ביטערע גזירת הגיוס המרחפת אויף די לומדי התורה אין ארץ ישראל, און נאך פארשידענע ענינים, מנהגים און נוסחאות פון די ימי הרחמים והסליחות, און זכרונות מימי קדם פון הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי"ע.


נאך צוויי שעה האט הגה"צ גאב"ד קרית צאנז שליט"א מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים, און מען האט זיך געוואונטשן א כתיבה וחתימה טובה. שפעטער איז דער רבי פארבליבן ביחידות מיט די שוועסטער הרבנית מקרית צאנז תליט"א פאר איבער א שעה צייט. נאכן באזוך איז דער רבי צוריק צום אכסניא אין די גבעת המבתר געגנט וואו דער רבי האלט זיך אויף די טעג.



תגובות


bottom of page