בראש המסובין: האד' מצאנז קלויזענבורג באשיינט ביים חתונה בבית מקורבו ואיש אמונו הנגיד ר' עזריאל טויבער הי"ו אין בני ברק
- לפני 20 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' כי תצא • ה' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
נעכטן מאנטאג אוונט האט כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א מופיע געווען בהדרת קדשו אין עיר התורה והחסידות בני ברק, צו באשיינען די חתונה פון אן אייניקל ביי מקורבו ואיש אמונו הנגיד החסיד ר' עזריאל טויבער הי"ו, די כלה א טאכטער פון זיין איידעם הרה"ג רבי נפתלי גלאנץ שליט"א רב דק"ק חסידים אלעד מיטן חתן א זון פון הרה"ג יצחק יעקב האפפמאן שליט"א ר"מ בישיבת מכנובקא בעלזא.
די חתונה איז פארגעקומען אין די הדודאים זאל אין בני ברק וואס שטייט אונטער די אייגנטומערשאפט פונעם זיידן ר' עזריאל הי"ו. דער רבי שליט"א איז ערשינען צו די שמחה בשעת די סעודת החתונה, מלובש בבגדי שבת, ווערנדיג ענטפאנגען בשירה ובזמרה.
מאסן חסידים ואנשי מעשה האבן אויסגענוצט די געלעגנהייט בזמן שהצדיק בעיר, מקבל פנים צו זיין דעם רבי'ן און לחזות בנועם השם, מיטהאלטנדיג דעם רבינס געהויבענע עבודת הקודש.
דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן צו די סעודת החתונה און צווישן די מאכלים פארברענגט מיט די חתן און מחותנים, אזוי אויך מיטן שוואגער כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א וואס איז געווען א פעטער ביי די שמחה. אינצווישן זענען מערערע רבנים ואנשים חשובים צוגעקומען שלום נעמען פונעם רבי'ן, ובתוכם איז געווען האדמור"ים מגארליץ, ספינקא בני ברק, קארלין לעלוב, הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א אבד"ק וויזניץ אלעד און נאך.
דער רבי שליט"א איז נתכבד געווארן מיטן בענטשן און דערנאך געזאגט די שבע ברכות. דאן האט דער בדחן ר' מרדכי זעלפריינד הי"ו אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צו מצוה טאנץ, ביי וועלכן דער רבי האט אראפגעלייגט א געהויבענער עבודה כדרכו טאנצנדיג לפני הכלה באש להבה.
דער רבי איז דערנאך געטאנצן א באזונדערע ריקוד מיטן חתן און דערנאך א פייערדיגע טאנץ מיט מקורבו ואיש אמונו די זיידע ר' עזריאל טויבער הי"ו.
נאכן אנוואונטשן חתן וכלה האט דער רבי פארלאזט די שמחה, און ארויסגעפארן צוריק קיין ירושלים צום אכסניא אין די גבעת המבתר געגענט.































































תגובות