צהלי ורוני יושבת ציון: חסידי צאנז קלויזענבורג אין ארץ ישראל מקבל פנים געווען האד' מצאנז קלויזענבורג בשערי ארה"ק
- לפני 40 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
בברכת רבא דעמי מדרבנא דאומתי בריך מתייך לשלם, האבן חסידי צאנז קלויזענבורג מקבל פנים געווען פני קדשו פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א, ביים אנקומען בשערי ארצינו הקדושה, צום געהויבענעם באזוך בקרב עדת חסידי צאנז קלויזענבורג תושבי ארה"ק.
דינסטאג נאכט ווען דער רבי האט פארלאזט ביתו נאוה קודש אין מחנה צאנז אין וואדבארן, וואו דער רבי האט געוויילט דורכאויס די זומער וואכן, האבן די תלמידי ותושבי המחנה ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה ובזמרה מיט גרויס התרגשות. דער רבי האט איבערגענעכטיגט אין בארא פארק, און נעכטן מיטוואך מיטאג צייט נאך תפילת שחרית ארויסגעפארן צום קענעדי לופטפעלד.
אויפן פליגער האט דער רבי געדאוונט תפילת מנחה און יום כיפור קטן כנהוג אין צאנז אום ערב ראש חודש אלול, און דאן אפגעראכטן א שולחן לחיים. שפעטער האט דער רבי שליט"א געדאוונט מעריב וואס האט זיך פארצויגן א לענגערע וויילע כדרכו בקודש. נאך מעריב איז צוגעקומען שלום נעמען פונעם רבי'ן, הגאון רבי אפרים זלמן שטערנבוך שליט"א ראש כולל תשובות והנהגות, א זון פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א, מיט וועם דער רבי האט געשמועסט א קורצע צייט.
היינט דאנערשטאג קורצליך פאר 7:00 פארטאגס האט דעם רבינס פליגער געלאנדעט אין די לוד לופטפעלד. דער רבי איז שוין אפגעווארט געווארן ביים פליגער דורך מקורבו הרבני הנגיד ר' עזריאל טויבער הי"ו, און שפעטער ווען דער רבי שליט"א האט זיך באוויזן אינעם פאטאל טערמינאל, האבן מקבל פנים געווען די ראשי הקהילה והמוסדות, אנשים חשובים ובנן של קדושים.
דערנאך האט זיך דער רבי אוועקגעזעצט און עס איז געווען א געלעגנהייט פארן גאנצן פארזאמלטן ציבור וואס זענען ארויסגעקומען אין עירפארט לקבל פני הקודש, דורכצוגיין שלום נעמען וואו דער רבי שליט"א האט יעדן משיב שלום געווען מיט א געוואלדיגן חביבות.
פונעם לופטפעלד איז דער רבי ארויסגעפארן קיין עיר הקודש צפת, וואו דער רבי האט נאך א קורצן אפרוה זיך געשטעלט דאווענען שחרית אין די אכסניא בבית משפחת פישער הנכבדה.
גלייכצייטיג ווערן געמאכט די סאמע לעצטע הכנות צו די שבת עילאה בצל הקודש פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער וועט פראווען דעם שבת אין די "תומר דבורה" קאמפלעקס, אלס גולת הכותרת פונעם מסע הקודש בקרב קהל חסידיו אין ארה"ק.





























תגובות