האד' מצאנז קלויזענבורג וועט פראווען גרויסער שבת אין עיה"ק צפת מיט הונדערטער חסידים
- לפני 10 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' שופטים • כ''ט אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי צאנז קלויזענבורג תושבי ארצנו הקדושה ציילן שוין די שעות מקבל זיין פני מלכם ומאורם כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א וואס צופארן מחונן זיין עפר ארץ הקודש מחזק צו זיין קהל עדת צאן מרעיתו וואס קוקן ארויס בכליון עיניים זיך מסתופף צו זיין בצל הקודש בקירוב מקום ובקירוב לבבות.
דער רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן ממעון קדשו אין בארא פארק היינט מיטוואך מיטאג, און איז ערווארטעט צו לאנדן אינעם לוד לופטפעלד מארגן דאנערשטאג אין די פארטאגס שעה'ן, פון וואו דער רבי וועט תיכף צופארן קיין עיה"ק צפת, וואו ער וועט וויילן דורכאויס די נאכפאלגנדע טעג אויף אפרוה אינעם אכסניא בבית משפחת פישער שיחי'.
אינצווישן גייען אן די העפטיגע הכנות צום הויכפונקט פונעם נסיעה דעם גרויסן שבת התאחדות בצילא דמהימנותא, וואס וועט פאראייניגן עדת חסידי צאנז קלויזענבורג פון איבער גאנץ ארץ הקודש, זקנים עם נערים, אברכים, בעלי בתים, בחורי חמד און ילדי חן.
בס"ד איז געלונגען פאר די עסקנים ארויסצודינגען דער ריזיגער "תומר דבורה" קאמפלעקס אויף דרך קק"ל במרומי עיה"ק צפת, וואו עס וועט געפראוועט ווערן דעם שבת מעין עולם הבא.
א שיינע צאל געסט זענען ערווארטעט פון אויסלאנד, אריינגערעכנט ניו יארק און אייראפע, נישט וועלנדיג פארפאסן דעם זעלטענעם שבת בבית המלך. אין די לעצטע שעה'ן איז געעפנט געווארן די הרשמה אויף שבת, אויף אש"ל מלא וואס ווערט צוגעשטעלט מיט דעם גאנצן הרחבת הדעת, על שולחן מלכים מבואו ועד צאתו.
נאך דעם געהויבענעם שבת וועט דער רבי שליט"א ארויספארן קיין עיה"ק ירושלים, וואו דער רבי וועט וויילן אין די קומענדיגע טעג און אויפנעמען די חסידים בפתקא ופדיון לקראת די ימי הרחמים והרצון, גלייכצייטיג וועט דער רבי שליט"א באשיינען א רייע מעמדי קודש, אריינגערעכנט דעם מעמד "קביעת מזוזה" פארן נייעם פראכטפולן תלמוד תורה געביידע אין בני ברק, און דעם גמר המקח פארן שטח אדיר אין הארץ פון ירושלים וואס וועט דינען אלס תל תלפיות פאר די קהילה און מוסדות וואס דער רבי שליט"א האט פערזענליך נושא בעול געווען צו שאפן די אסטראנאמישע סכומים פאר די צוויי מאסיווע פראיעקטן.
לויטן יעצטיגן פלאן וועט דער רבי שליט"א זיך צוריקקערן למעון קדשו אין ניו יארק קומענדיגן דאנערשטאג פ' כי תצא, הבעל"ט.





תגובות