top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פילע הונדערטער ביי לויות פון הרה"ג ר' צבי זאב בערגער זצ"ל דומ"ץ בק"ק צאנז קלויזענבורג ומגדולי מורי הוראה אין ב"פ

  • לפני 42 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' כי תצא • ד' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לענטשעווסקי

פילע חסידי צאנז קלויזענבורג, בני המשפחה און גוטע פריינד האבן פארלאפענעם ליל שישי באגלייט למנוחת עולמים האי גאון וצדיק הגאון רבי צבי זאב בערגער זצ"ל, דומ"ץ חסידי צאנז קלויזענבורג, וועלכער איז פאריגע וואך דינסטאג ליידער טראגיש אוועקגעריסן בדמי ימיו, שקעה חמה שלא בעונתה אין בליענדן עלטער פון בלויז דריי און פערציג יאר, זייענדיג אויף אפרוה אין שווייץ, איבערלאזנדיג די קהילה קדושה און פילע תלמידים ושומעי לקחו צובראכן און צושאסן פון דעם שרעקליכן בראך.


נאך צוויי גאנצע טעג וואס די עסקנים האבן געארבעט אויף אלע פראנטן צו ברענגען דעם חשובן דיין לקבורה, האט דער פליגער מיט די ארון פון שווייץ געלאנדעט דאנערשטאג אויפדערנאכט אינעם JFK לופטפעלד, וואו עס האבן אפגעווארט א שיינע צאל תלמידים, מעריצים און בני המשפחה.


פון דארט איז דער לוויה אנגעקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק, וואו עס האט זיך שוין פארזאמלט א גרויסער ציבור פון הונדערטער אידן וואס האבן זיך פארזאמלט טראץ די שפעטע שעה צו באגלייטן דעם געשעצטן דיין אשר רבים נהנו ממנו דבר ה' זו הלכה.


בשעה 11:30 האט זיך אנגעהויבן דער סדר ההספדים, דורך די גדולי הרבנים והדיינים פון שטאט, ווי אויך זיינע חשובע קינדער און קרובי המשפחה. צווישן אנדערע: הגה"צ רבי מיכל שטיינמעץ שליט"א, דומ"ץ סקווירא בארא פארק; הגה"צ אבד"ק ראצפערט שליט"א; הגאון רבי צבי אלימלך הערשקאוויטש שליט"א דומ"ץ צאנז קלויזענבורג לעקוואוד; הגאון רבי חיים יעקב אונגאר שליט"א, אב"ד תורת משה; און הרה"ג רבי גדלי' לאנדא שליט"א, מגיד שיעור בביהמ"ד הגדול ומחשובי העדה.


די מספידים האבן ארויסגעברענגט ווי ער האט געהארעוועט אין תורה פון יונגערהייט, גרייכנדיג צו יחוס עצמו אויף א געוואלדיגן פארנעם אין אלע הינזיכטן, ושמו הטוב הלך לפניו אלע יארן כולן שוין לטובה, און דעם גרויסן חלל וואס ער לאזט איבער אין די גאנצע קהילה. נאך די הספדים האט דער גבאי ביהמ"ד הגדול הרה"ח ר' אברהם יצחק בריסק הי"ו פארגעזאגט קל מלא רחמים, און נאך קדיש פון די קינדער האט מען ארויסבאגלייט די מיטה דורך די גאסן פון בארא פארק.


באישון ליל איז דער ארון אנגעקומען קיין מאנסי פארנט פון ביהמ"ד דחסידי צאנז קלויזענבורג אויף מעין סטריט, וואו פילע תושבי העיר האבן זיך ווידער פארזאמלט צו באגלייטן דעם נפטר. דארט זענען געהערט געווארן דברי קינה ונהי דורך הגאון רבי ישכר דוב ווידער שליט"א, דומ"ץ צאנז קלויזענבורג מאנסי; הגאון רבי אהרן לייב לעווי שליט"א, דומ"ץ מחנות הקיץ צאנז קלויזענבורג; און הגאון רבי שלום לאנדא שליט"א, ראש ישיבת עמודי דגירסא ריבניץ, וואו דער נפטר האט מרביץ געווען תורה פאר די תלמידי הישיבה. נאך די הספדים איז די מסע הלוויה ארויס צום בית החיים הר שלום אין עירמאנט, וואו דער דיין איז קרוב לעלות השחר, נאך פיר אזייגער פארטאגס, געקומען לקבורה, איבערלאזנדיג די גאנצע קהילה און בני המשפחה אבלים ודווים נאך אזא שווערע אבידה שאין לה תמורה.


תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.



תגובות


bottom of page