top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עכבו עלי יום אחד: האד' מצאנז קלויזענבורג וועט זאגן די סליחות ראשונות אין עיה״ק ירושלים ברוב עם הדרת מלך

  • לפני יום אחד (1)
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' נצבים וילך • י"ט אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס פרייד און התרגשות האבן חסידי צאנז קלויזענבורג אין ארצינו הקדושה אויפגענומען די בשורה טובה ומרנינה, אז כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א וועט פארבלייבן אין ארץ ישראל און וועט אי"ה זאגן די סליחות ראשונות במוצאי מנוחה, דעם קומענדיגן זונטאג פארטאגס, אין עיה"ק ירושלים, ברוב עם הדרת מלך.


דאס קומט נאך מערערע הפצרות פון די חסידים אין ארץ ישראל, וועלכע האבן שטארק מפציר געווען ביים רבי'ן שליט"א, וועלכער איז אנגעקומען אויף א לענגערע באזוך אין ארה"ק, אז ער זאל פארלענגערן זיין באזוך מיט נאך עטליכע טעג, און געבן פאר די חסידים די זכי' צו אנהייבן די ימי הרחמים והסליחות בצל הקודש.


במיוחד ווען היי יאר, קענען א גרויס טייל פון די בחורים און יונגעלייט פון ארץ ישראל נישט ארויספארן קיין אמעריקא, זיך מסתופף צו זיין בצל הקודש אין די ירח האיתנים כבשנים קדמוניות, אין שאטן פון די ביטערע גזירת גיוס בני הישיבות, און דעריבער האט דער רבי שליט"א נעתר געווען לבקשתם, און וועט טאקע פארלענגערן זיין באזוך אין ארץ ישראל מיט א גאנצע וואך, וואס וועט זיין געווידמעט פאר די חסידים פון אלע מקומות אריינצוגיין מיט קוויטלעך להפקד בדבר ישועה ורחמים לקראת די ימי הרחמים והרצון.


דער הויכפונקט וועט זיין די אמירת סליחות הראשונות, וואס וועט פארקומען זונטאג באשמורת הבוקר אין עיה"ק ירושלים, ברוב עם הדרת מלך. די עסקנים זענען שוין עוסק אין די העפטיגע צוגרייטונגען און זוכן א פאסיגע ארט, וואס זאל קענען אקאמאדירן די פילע הונדערטער חסידים און בני ציון היקרים, וועלכע וועלן זיך צונויפקומען לשמוע אל הרנה ואל התפילה, און מיטהאלטן די סליחות און ספעציעל די פייערדיגע סליחות-דרשה, וואס דער רבי שליט"א וועט איבערגעבן כמנהג אבותיו הקדושים, מלא התעוררות, מוסר, והתחזקות לקראת די ימי הדין והרחמים.


שוין מיט דריי יאר צוריק, בעת דעם רבי'נס באזוך אין ארץ ישראל אין די טעג פון חודש אלול, האט דער רבי שליט"א געזאגט די סליחות בקרתא דשופריא, א מעמד נורא וואס האט איבערגעלאזט א טיפן רושם אויף אלע חסידים און די בני ירושלים וואס האבן דאס מיטגעהאלטן.

תגובות


bottom of page