top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ירושלים: משלחת כולל חבת ירושלים אויפגענומען מיט גרויס כבוד והערצה ביי האד' מצאנז קלויזענבורג נשיא הכולל

לפני 3 שעות
זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער

פארגאנגענעם וואך, איידער כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א האט פארלאזט ארצינו הקדושה, איז אנגעקומען אויף א באזוך אינעם רבינס אכסניא אין די גבעת המבתר געגנט אין ירושלים, א משלחת נכבדה פון רבני והנהלת כולל חבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס, לכבוד די גרויסע חלוקה וואס ווערט פארטיילט אין די יעצטיגע ימים טובים סעזאן פאר טויזנטער נויטבאדערפיגע משפחות אין ארץ ישראל.


אין שפיץ פונעם דעלעגאציע איז געווען דער מנהל הכולל בארה"ק הרב שלמה פרוכטהענדלער שליט"א, צוזאמען מיט הגאון ר' נפתלי נוסבוים שליט"א ראש ישיבת חיי משה, הגאון ר' אהרן גאלדמינצער שליט"א דומ"ץ סקווירא ירושלים עיה"ק, הגה"צ ר' שמעון שמואל האלברשטאם שליט"א אבד"ק דברי שמואל וראה"כ תולדות אלעזר, הגאון ר' יצחק ליב שרייבער-סופר שליט"א ראש ישיבת אורחות התורה, הרב שמואל האלברשטאם שליט"א מטשאקאווא, און הרה"ג ר' בצלאל בערנשטיין שליט"א.


די שמועס האט זיך פארצויגן איבער א שעה צייט, ווי מ'האט ארומגערעדט איבער די שטארקע הערצה פון אלע צדיקים הקודמים צו די הייליגע צדקה פון כולל חבת ירושלים, און באזונדער האט זיך דער רבי נאכגעפרעגט איבער די פרטי החלוקה און פעולות החסד פונעם כולל בכלליות, און אויך זיך מפלפל געווען בדברי תורה מיט הגאון ר' נפתלי נוסבוים שליט"א ראש ישיבת חיי משה.


דערנאך האט די הנהלת הכולל פארבעטן דעם רבי'ן אונטערצושרייבן חתימת יד קדשו אין דעם היסטארישן הקדשה ביכל לטובת הכולל, וואס אנטהאלט אין זיך פולע הקדשות פון די צדיקי הדורות נבג"מ, ובראשם הרה"ק משינאווא זי"ע.


די רבי שליט"א האט מיט גרויס התרגשות באטראכט די היסטארישע כתבי ידות פון די צדיקי הדורות, און ווען די הנהלה האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט די זכי' אריינצושרייבן חתימת יד קדשו אין דעם היסטארישן ביכל, האט דער רבי זיך אנטזאגט פון אונטערשרייבן אויף דעם זעלבן שטיקל פאפיר מיט די הייליגע צדיקים שרפי מעלה, און בלויז געחתמ'עט אויף א באזונדערע צעטל.


עקסטער איז דער רבי געשאנקן געווארן מיט'ן היסטארישן כתב נשיאות פון הנהלת כולל חיבת ירושלים בארה"ק, וואס לא אסתייא מילתא איבערצוגעבן דעם כתב פארן רבי'ן פערזענליך די אלע צענדליגער יארן וואס ער איז מכהן אלס נשיא הכולל.


לכבוד דעם באזוך האט דער רבי בייגעשטייערט א תמיכה נכבדה לטובת הכולל, און ארויסגעברענגט בשבח פון די הייליגע פעולות הכולל בעיר ה' שמה, אונטערצוהאלטן אלפים ורבבות אידישע קינדער, בני ציון היקרים, און שטארק געוואונטשן מיט ברכות טהורות פאר די אלע אידן וואס שטרענגען זיך אן מחזיק צו זיין די הייליגע צדקה, להתברך בכל משאלות לבבם לטובה.



תגובות


bottom of page