טראגעדיע: הרה"ג רבי צבי זאב בערגער זצ"ל דומ"ץ צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק נפטר געווארן אין שווייץ
- לפני יום אחד (1)
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' שופטים • כ''ח אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

שאקירנדע נייעס איז אויפגענומען געווארן יעצט נאכמיטאג ביי חסידי צאנז קלויזענבורג על שמועה רעה כי באה איבער די פלוצימדיגע און פריצייטיגע פטירה פון האי גאון ומרביץ תורה, מגדולי המורים הרה"ג רבי צבי זאב בערגער זצ"ל, דיין ומורה צדק דקהל צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק, וועלכער האט היינט דינסטאג נאכמיטאג פלוצים מחזיר געווען נשמתו ליוצרה אין בליענדן עלטער פון בלויז 43 יאר, זייענדיג אויף אפרוה אין שטאט ציריך, שווייץ.
דער דיין זצ"ל איז געווען א זון פון הרה"ח ר' אליעזר בערגער הי"ו, און אין די לעצטע צען יאר איז ער געווען פון די געהויבענע תורה געשטאלטן בעולם ההוראה, און בפרט אין ק"ק צאנז קלויזענבורג וואו ער האט געדינט אלס מורה הוראה וודאין, ווערנדיג נתמנה דורך יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א לשרת בקודש על כס ההוראה, און במשך א שיינע פאר יאר האט ער מרביץ געווען תורה ודבר ה' זו הלכה פאר הונדערטער שואלים.
טראץ זיין יונגן עלטער, איז ער געווען בארימט מיט זיין אויסטערלישע קלארקייט און בקיאות בכל מכמני התורה. ער האט פארגעלערנט קלארע שיעורים אין הלכה מיט א באזונדערע בהירות, און רוב יונגעלייט פון די קהילה פלעגן אים פרעגן זייערע שאלות אין אלע מקצועות התורה, וכל הדבר הקשה קטון עם גדול יביאון אליו.
באזונדער איז דער דיין ז"ל געווען באוואוסט מיט זיין מאור פנים פאר יעדן יחיד. ער האט אויפגענומען יעדן שואל ומבקש מיט א שמייכל און סבלנות וואס האט אים געמאכט באליבט און געשעצט ביי אלע זיין ארומיגע.
פארלאפענעם וואך איז דער דיין ארויסגעפארן קיין שווייץ צו שעפן פרישע כוחות, און ליידער היינט אינדערפרי איז ער נישט אויפגעשטאנען פון שלאף, די ערשטע הילף וועלכע זענען אלאמירט געווארן האבן ליידער געדארפט באשטעטיגן אז שקעה חמה שלא בעונתה לדאבון לב משפחתו, די גאנצע קהילה און אלע זיינע תלמידים ומעריצים, וועלכע באוויינען אזוי שווער דעם אבידה שאין לה תמורה.
די עסקנים סיי פון ניו יארק און סיי די לאקאלע עסקנים אין שווייץ ארבעטן אינאיינען צו ערלעדיגן די נויטיגע לעגאלע פאפירן צו באפרייען די מיטה און איר ברענגען וואס שנעלער לקבורה.
פרטים איבער די לויה וועט נאכפאלגן, שנשמע ונתבשר בשורות טובות.





תגובות