top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לבקש תחינה: האד' מצאנז קלויזענבורג אויף א מעמד תפילת רבים ביים שריד בית מקדשינו בראש קהל חסידיו

לפני שעתיים (2)
זמן קריאה 1 דקות

מוצאי ראש השנה תשפ"ז | בחצרות הקודש

דעם מאנטאג נאכט שבוע שחל בו ראש השנה, באשמורת הבוקר ארום פיר אזייגער פארטאגס איז כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א אנגעקומען בראש קהל חסידיו אויף א מעמד תפילת רבים ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי לבקש תחינה על עמך בית ישראל אריינטרעטנדיג אין די ימי הרחמים והסליחות הממשמשין ובאין.


אנקומענדיג מול מקום המוקדש האט דער רבי שליט''א געריסן קריעה, דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב אינעם אינעווייניגסטן טייל פונעם כותל וואו עס האט געדינט אלס שליח ציבור הרה"ג ר' אהרן לייב לעווי שליט"א דומ"ץ צאנז קלויזענבורג אין ירושלים. מעריב האט געדויערט ארום א שעה צייט, ספעציעל ביי קריאת שמע וואו דער רבי האט זייער מאריך געווען כדרכו בקודש.


נאך מעריב האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן שיר המעלות ממעקים פסוק בפסוק אויפן נוסח ימים הנוראים מיט גרויס התעוררות, און דערנאך האט מען געזאגט ספר רביעי על הסדר וואו די רבי האט מיט הייסע בכיות איינגעריסן מיט גרויס דביקות און בכיות, נאכגעפאלגט מיט די יהי רצון כבן המתחטא לפני אביו בהשתפכות הנפש.


ביים פארלאזן דעם כותל המערבי האט זיך דער רבי אומגעקוקט ביי די מניני שחרית מיטן נץ החמה, און הונדערטער מתפללים האבן זיך געשלענגעלט אין די רייע שלום צו נעמען פונעם רבי'ן און מקבל זיין מברכות צדיק.



תגובות


bottom of page