top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מצאנז קלויזענבורג באשיינט שמחת שבע ברכות דורך גיסו גאב"ד קרית צאנז ירושלים

לפני 38 דקות
זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פרשת וישלח • ט"ו כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

דעם מאנטאג אויפדערנאכט האט זיך כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א משתתף געווען ביים שמחת השבע ברכות, וואס דער שוואגער הגה"צ גאב"ד קרית צאנז שליט"א האט אפגעראכטן לרגל שמחת נישואי נכדתו הכלה, אין די ספינקא זאל אין בארא פארק. במשך די שמחה האט דער רבי ארומגעשמועסט בנועם שיח מיט די מחותנים און זיידעס, און מיט כ"ק אדמו"ר מצאנז זמיגראד שליט"א, וואס האט זיך אויך משתתף געווען ביי די שבע ברכות. נאכ'ן בענטשן האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות און מכבד געווען מיט ברכה אחריתא דער מחותן אבי החתן האדמו"ר מליזענסק בארא פארק. דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה, און דאן האט דער רבי שליט"א זיך געזעגנט מיט'ן שוואגער גאב"ד קרית צאנז ירושלים, איידער ער האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין ארץ ישראל.



תגובות


bottom of page