top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ובאו ציון ברנה: האד' מצאנז קלויזענבורג וועט אונטערנעמען מסע הקודש קיין ארה"ק

10 באוג׳
זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' שופטים • כ''ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט איבערגיסענדע רגשי הלב האבן חסידי צאנז קלויזענבורג אין ארצינו הקדושה אויפגענומען די בשורה מרנינה וואס איז נארוואס געמאלדן געווארן מטעם בית כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א, אז די רבי שליט''א גרייט זיך די וואך אונטערצונעמען א היסטארישע און אומגעראכטענע מסע קודש קיין ארץ ישראל, צו באזוכן די קהילות הקודש דחסידי צאנז קלויזענבורג, זייענדיג א געלעגנהייט פאר די חסידים זיך מסתופף זיין בצל הקודש בקירוב מקום, און דערביי אריינגיין אל הקודש פנימה בפתקא ופדיון לקראת די הייליגע טעג הממשמשים ובאים.


דער רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן ממעון קדשו אין בארא פארק דעם דאנערשטאג פארמיטאג, און וועט אין לויף פון די נאכפאלגנדע וואך וויילנדיג אין ארץ ישראל, באשיינען א רייע מאורעות שונות אפצוצייכענען די בליענדע הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב די קהילות און מוסדות דחסידי צאנז קלויזענבורג, דאראונטער דער מעמד "קביעת מזוזה" פארן נייעם פראכטפולן תלמוד תורה געביידע אין בני ברק, און דער גמר המקח פאר א שטח אדיר אין הארץ פון ירושלים, וואס וועט דינען אלס תל תלפיות פאר די קהילה בעיר השם שמה, וואס דער רבי שליט"א האט פערזענליך נושא בעול געווען צו שאפן די ריזיגע געלטער וואס די צוויי פראיעקטן האבן אפגעקאסט.


ווי אויך וועט דער רבי שליט"א מיטהאלטן עטליכע שמחות אין ארץ ישראל, אריינגערכענט די חתונה פון אן אייניקל ביי נאמן ביתו ואיש אמונו הרבני הנגיד ר' עזריאל טויבער הי"ו ראה"ק צאנז קלויזענבורג אין ארץ ישראל, און די חתונה במעונו פונעם בארימטן ליובאוויטשער פילאנטראפ הרבני הנגיד ר' אליהו שלאסבערג הי"ו א תומך נלהב פון קהילות ומוסדות צאנז קלויזענבורג איבער די וועלט.


צום הויכפונקט פון די נסיעה וועט מען זוכה זיין צו די זעלטענע מתנה טובה, מיטצוהאלטן א פריוואטן שבת בבית המלך מיט'ן רבי'ן שליט"א, וואס וועט אפגעראכטן ווערן דעם היינטיגן שב"ק פרשת שופטים אין א שטילע געגענט אין ארץ ישראל, א שבת וואס אנטשפרעכט צו זיין א הייליגע איבערלעבעניש און חטיבה אחת פון קדושה והתרוממות עילאה.


אין די נאכפאלגנדע טעג וועט דער רבי ארויספארן קיין נתני' פוקד זיין דעם ציון הק' פון אביו הרה''ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזענבורג זי''ע בראש קהל חסידיו און מתפלל זיין ביי די מקומות הקדושים זיך אויסצובעטן א גוט געבענטשט יאר.


א געלונגענע שטאב פון עסקנים זענען איינגעשפאנט ארויסצוהעלפן מיט אלע דעטאלן לקראת די גרויסע נסיעה, בראש ובראשונה אפירצוטרעפן א פאסיגן אכסניא פארן שבת התאחדות און אויסארבעטן אלע דעטאלן על צד היותר טוב, צושטעלן נסיעות און טראנספארטאציע צו די מקומות הקדושים, און אלעס וואס פעלט זיך אויס אין די ימים הנעלים והנחמדים בצילא דמהימנותא.



תגובות


bottom of page