שטוינענדע בשורה אין חצה"ק סקווירא: הנגיד ר' נחום זלמן רוקח הי"ו שנאדערט 7.2 מיליאן דאללער פאר נייע היכל השולחנות
מאנטאג אסרו חג סוכות תשפ"ז | בחצרות הקודש

אלפי חסידי סקווירא זענען דעם יום טוב שמחת תורה געכאפט געווארן אין איבערראשונג, ווען עס איז געמאלדן געווארן די נדבה העצומה דורך הרבני הנגיד בנש"ק ר' נחום זלמן רוקח הי"ו פון לעיקוואד, וועלכער האט געשנאדערט די פאנטאסטישע אומגלויבליכע סומע פון זיבן מיליאן צוויי הונדערט טויזנט דאלאר צו קענען בסייעתא דשמיא אויפבויען די נייע היכל השולחנות בחצר הקודש סקווירא.
דער פיל געפאקטער בית המדרש הגדול אין שיכון סקווירא האט מיט שטוינונג און איבערראשונג מיטגעהאלטן ווען דער נדיב ר' נחום זלמן האט עולה געווען לתורה צו חתן מפטיר דעם יום טוב שמחת תורה, און נאכ'ן עולה זיין האט דער גבאי הרב דוד בערגער געמאכט פאר אים א מי שברך. וכמנהג ישראל תורה צו שנאדערן געלטער נאכ'ן עולה זיין, האט דער חשובע נדיב בשער רבים ובנוכחותו פונעם רבי'ן פארשפראכן די ריזיגע נדבה, ווען דער גבאי ר' דוד בערגער האט אויסגערופן: "בעבור שיתן שבע מיליאן שתי מאות אלף דאלער לטובת היכל השולחנות החדש".
ווי באריכטעט דעם חודש אלול ווערט בחצר הקודש סקווירא אונטערגענומען א גאר קאסטבארע פראיעקט אויפצובויען א היכל השולחנות צו דינען אלס ריזן פעסטונג פאר די שולחנות הטהורים מדי שבת בשבתו, און אזוי אויך די גרעסערע מאורעות, מעמדים און שמחות אינעם רבי'נס הויף, צו קענען אקאמאדירן די שווער טויזנטער חסידים וואס זענען זיך מסתופף בצל הקודש, און אצינד איז דער חשובע נדיב, ראש וראשון לכל קדשי בית סקווירא, הנודע לשבח ולתהלה מיט די פאנטאסטישע נדבות אדירות וואס ער האט זיך געלאזט קאסטן אינעם עבר פאר ק"ק ומוסדות סקווירא ברחבי תבל, ווידער אנטקעגן געקומען ווי א ריכטיגער נחשון, צו שענקען די מעגליכקייט פאר די עסקנים, אריינצושפרינגען אין דעם פראיעקט.
שוין בעפאר די הקפות איז ר' נחום זלמן אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, אינאיינעם מיט בני המשפחה און אינאיינעם מיט זיינע קינדער, און באגלייט דורך העסקן הרב שלום בער פישל הי"ו מראשי קהלה קדושה סקווירא, וואו ער האט איינגעמאלדן פאר'ן רבי'ן איבער זיין נדבה וואס ער וועט שנאדערן, און דער רבי שליט"א האט אים גאר גאר ווארעם אנגעוואונטשן און ארויסגעהויבן דעפ אומשאצבארן זכות נצחי ונשגב למאוד.
שפעטער אין בית המדרש, נאכ'ן מי שברך, האט אים דער רבי ווידער אמאל אנגעוואונטשן ברכות לרוב.





תגובות