top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרמת קרן התורה אין באיאן: געהאלט פון כולל אינגעלייט געהעכערט מיט 20 פראצענט אדאנק נדבת הנגיד ר' אריה שטערן

לפני 9 שעות
זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פרשת בראשית - כ"ה תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

אין א מעכטיגע באגריסנדע שריט פון כבוד התורה ולומדיה, איז דעם מוצאי יום טוב געמאלדן געווארן די היסטארישע נייעס בחצר הקודש באיאן, איבער דעם דראמאטישן שריט פון הרמת קרן התורה צו דראסטיש העכערן די געהאלט פון די כולל אינגעלייט און צולייגן אזויפיל ווי "צוואנציג פראצענט" צו די ביז יעצטיגע געהאלט.


די היסטארישע נייעס איז געמאלדן געווארן ביים ענדע פון די מעמד הקפות שניות ווען דער ראש ישיבה הגאון רבי צבי רבינוביץ שליט"א האט אויסגערופן בנוכחות כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א במעמד אלפי החסידים די דראמאטישע בשורה, אז אנגעהויבן פון דעם ווינטער זמן אין מרכז מוסדות רוזשין-באיאן, וועלן אלע חברי הכולל באקומען א געהעכערטע געהאלט פון 20 פראצענט מער ווי ביז יעצט, מדי חודש בחודשו במשך דעם קומענדיגן יאר, דאס קומט שוין נאך די דראסטישע העכערונג פון 25 פראצענט וואס איז דורכגעפירט געווארן שוין מיט צוויי יאר צוריק. 


די היסטארישע דערגרייכונג קומט בנדבת לבו פונעם אוהב ותומך תורה הנגיד ר' אריה שטערן הי"ו פון לעיקוואד, וועלכער האט בעיצומו פון יום טוב שמחת תורה זיך אונטערגענומען מרים צו זיין די כבוד התורה און ארויסהעלפן די עמלי התורה בפרט אין די יעצטיגער תקופה ווען די מדינת ישראל רעגירונג האט אפגעהאקט די פאנדן פאר די כולל יונגעלייט און בכלל די שווערע פינאנציעלע צושטאנד וועלכע פלאגט די בני תורה אין ארץ ישראל.


שוין בשעת די מעמד הקפות שניות איז דער מנכ"ל המוסדות הרב בנימין הערשלער צוגעגאנגען צום רבי'ן און איבערגעגעבן די פריידיגע בשורה וואס דער רבי האט אויפגענומען מיט א אויסטערלישע צהלת פנים.


שפעטער בסיום המעמד האט דער ראש ישיבה הגאון רבי צבי ריבנוביץ שליט"א איבערראשט דעם ציבור און געמאלדן די פרייליכע בשורה לכל הקהל הקודש, ווען דערויף איז דער נגיד רבי אריה שטערן הי"ו ארויף אויפן בימה אינאיינעם מיטן מנהל המוסדות ר' בנימין, מקבל צו זיין דעם ברכת הקודש פונעם רבי'ן, בשעת ווען די אלפי החסידים האבן אויסגעבראכן אין א פרייליכן געזאנג "אשריכם ישראל".

תגובות


bottom of page