הנגיד ר' חיים מרדכי אינזליכט הי"ו אפגעקויפט זכות שער העזרת נשים אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר מיט האלב מיליאן דאלאר נדבה
- לפני 21 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שאט די דאט
אין סאמע ברען די אנגייענדע בוי ארבעט צו פארענדיגן דעם איבערבוי פראיעקט ביים תל תפליות ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג, און אין צוזאמענהאנג מיטן "פלטרין של מלך" קאמפיין צו דעקן די שווערע מיליאנען וואס די פראיעקט נעמט אריין, האט כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א דעם דינסטאג אוונט אפגעשטאט א באזוך אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' חיים מרדכי אינזליכט הי"ו אין מאנסי, וועלכער האט געשאנקן די פאנטאסטישע סומע פון "האלב מיליאן דאללאר" אפצוקויפן דעם זכות "שער עזרת נשים" פון בית מדרשו של רבי, וואס וועט פאראייביגן די נאמען פון להבחל"ח זוגתו האשה החשובה ע"ה.
דער רבי שליט"א איז פערזענליך געקומען צופארן פון די קאנטרי צו גומר זיין דעם מקח בקנין וחתימת השטר אין שטוב פונעם נדבן, וואו די רבי האט געדאווענט תפלת מעריב און באלד דערנאך איז פארגעקומען די מעמד חתימת השטר לרגל די קנין זכות האדיר.
הרה"ג ר' שמואל אליעזר ערלאנגער שליט"א ראה"כ בית אברהם יעקב אין מאנסי, האט אויפגעטרעטן מיט פאסיגע דיבורים לכבודו פונעם נדבן, און באטאנט דעם דבר בעתו מה טוב שטייענדיג אין די ימי בין המצרים איז מען עוסק אין העלפן אויפשטעלן א בית מקדש מעט, באצייכענענדיג אז דאס איז בלויז נאך א רינגעלע אינעם שלשלת הזהב פון הרחבת גבולי הקדושה פאר די סאטמארע קהילה, אין וועלכע הנגיד ר' חיים מרדכי שיחיו אלס א תלמיד נאמן פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט א חלק אוועקצושטעלן מקום תורה ותפלה.
דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען קורצע דברות קודש לכבוד המאורע און בשבחו פונעם חשובן נדיב, און מאציל געווען ברכת קדשו לרוב פאר ר' חיים מרדכי ומשפחתו.














