מסיבה לנגידים אפגעראכטן דורך האד' מפשעווארסק לטובת ישיבת עץ חיים ווילרייק אין אנטווערפען
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' האזינו • כ"ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

באנקעט איז פאריגע וואך אפגעהאלטן געווארן בביתו נאווה קודש פון כ''ק האדמו''ר מפשעווארסק שליט''א אין אנטווערפען, וואס דער רבי האט פאררופן פאר א געקליבענע צאל נדיבי עם קודש, תומכי ומחזיקי תורה פון די בארימטער ישיבה עץ חיים ווילרייק.
די מסיבה האט געדינט אלס א געלט אקציע פאר די שטאטישע ישיבה אין אנטווערפען צו וועלכן עס האבן נענה געווען לקול קריאתו פונעם רבי'ן שליט"א, נדיבים בעם פון אנטווערפען און אנדערע אייראפעאישע שטעט, צו ביישטייערן מיט פאנטאסטישע סכומים פאר די ישיבה וואס איז אזוי קרוב לליבו הטהור.
די מסיבה איז פארגעקומען אינעם בית תפילה "נחלת יעקב" שע"י ביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן, וואו עס איז געווען צוגעשטעלט רייכע מיני טעימה פאר אלע משתתפים, און מען האט געהערט דרשות דורך דער מרא דאתרא הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א, דער ראש הישיבה הגאון רבי יהושע חיים ארי' שפיטץ שליט"א, און פון הרב משה אללעך יושב ראש ועד הישיבה, וועלכער האט פארגעלייגט די גאר שווערע פינאנציעלע לאגע מיט וואס די ישיבה ספראוועט זיך.
דערנאך איז דער מארח פון די מסיבה כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א ערשינען במלוא הדרו. בנוכחתו פונעם רבי'ן האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' משולם זילבערמאן שליט"א אלייס א מרביץ תורה בתוככי הישיבה וועלכער האט איבערגעגעבן די חובת השעה בשליחותו פונעם רבי'ן. נאך זיין דרשה האט דער רבי זעלבסט מוסיף געווען געציילטע דיבורים, זאגנדיג אז די ישיבה איז אים נאנט צום הארצן און זיך אויסגעדרוקט "וואויל איז פאר דער וואס וועט האבן א חלק".
נאך די מסיבה זענען אלע נגידים דורך איינצגווייז ביים רבי'ן, וועלכער האט יעדן געשאנקען א פראכטפולע מתנה, מחזורים צו די הייליגע טעג, לאות הוקרה והערכה, און עס איז געווען א געלעגנהייט איבערצוגעבן קוויטלעך להתברך בכל מילי דמיטב.


















תגובות