top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קורצע באזוך און מסיבת קבלת פנים פאר כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין שטאט לעיקוואוד

  • לפני 17 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' האזינו • כ"ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם פארגאנגענעם מיטוואך פ' תבא, האבן תלמידי וחסידי סאטמאר אין לעיקוואוד, געהאט די זכי' צו מקבל זיין פני כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער איז אריבערגעקומען אין שטאט לרגל דער חתונה בבית הרבני הנגיד בנש"ק הרב שמואל ישעי' פריעדמאן שליט"א, און דערביי אויך אפגעשטאט א בליץ באזוך אין דער שכונה אויף א קורצן מסיבת קבלת פנים לטובת די מוסדות.


אנקומענדיג אין שטאט איז דער רבי שליט"א באלד צוגעפארן צו א מסיבת קבלת פנים לטובת מוסדות סאטמאר אין שטאט, וואס איז פארגעקומען אין שטוב פון הרה"ג ר' יודא דוד לעפקאוויטש שליט"א, מחשובי חסידי סאטמאר און רב דקהל אבני ציון.


נאך א רייע דרשות דורך די הנהלת המוסדות און דער בעל האכסניא זענען די מערערע חשוב'ע נדיבי עם אריבער און אונטערגעשריבן שטרי שותפות מיט'ן רבי'ן שליט"א אפצוקויפן זכותים להחזקת המוסדות פאר גרעסערע סכומים, אריינברענגענדיג דעם גרויסן סכום פון נאענט צו דריי הונדערט טויזנט דאלאר להחזקת המוסדות, און געבנדיג דעם נויטיגן שטופ צו קענען אנהייבן דעם שנת הלימודים בשעטומ"צ בעז"ה. דער רבי שליט"א האט יעדן באזונדער אויפגענומען בצהלת פניו און געגעבן ברכת קדשו וברכת השנה.


פון דארט איז דער רבי שליט"א אריבער צו דער חתונה בבית הנגיד הרב שמואל ישעי' פריעדמאן שליט"א, דער רבי איז ערשינען צו דער חופה מלובש בבגדי שבת, אלס ש"ב נכד הרה"ק בעל ייטב לב זי"ע ולמעב"ק, און איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין.


דערנאך איז דער רבי אריין אין זאל וואו ער האט געטרינקען לחיים און געוואנטשן די חתן און מחותנים, דערנאך געטאנצט מצוה טאנץ, דאן באזונדער געטאנצן מיט די חשוב'ע זיידעס און דערנאך ארויס אין א פייערליכן טאנץ מיט'ן מחותן הרב שמואל ישעי' שליט"א וועלכער איז מפזר מהונו למען החזקת קהילת ומוסדות סאטמאר בכל קצוי תבל און שטייט לימין קדשו פון רבי'ן שליט"א בכל מעשי צדקה וחסד.



תגובות


bottom of page